top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אויסטערלישע הצלחה ביי היסטארישע סעודת יו"ט אין סוכה פון האד' מבעלזא לטובת קרית הישיבה אין אלעד

דאנערשטאג ד' דחוה"מ סוכות • כ' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק


א היסטארישע אין גאר עלעגאנטע באנקעט איז פארגעקומען נעכטן מטוואך חול המועד אינעם סוכה בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א וועלכע האט זיך געוואשן צו א סעודת יו''ט אינאיינעם מיט ספּעציעל געלאדענטע אנשי שם די גרעסטע אלוועלטליכע בעלזער פילאנטראפן היושבים ראשונה במלכות וועלכע האבן זיך געשטעלט בעוז וברמה לימינם עוז פונעם הנהלת מרכז מוסדות בעלזא אין זיך אנגערופן מיט אסטראנאמישע נתינות אין דערמיט אוועקגעשטעלט דעם יסוד און פונדאמענט פארן אויפבוי פונעם נייעם קרית הישיבות דחסידי בעלזא אין דער שטאט אלעד.


די היסטארישע מעמד איז געוועהן די ערשטע מאל אין בעלזא היסטאריע, ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט פערזענליך געפראוועט א יום טוב סעודה מיט גבירים, כשהמלך במסיבו מיט די נדיבים בעם, ביים סעודה האבן אויך מסיב געוועהן די בני משפחת המלוכה הרה''צ רבי אהרן מרדכי אין די אייניקלעך פונעם רב שליט''א.


א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר אפראכטפולן פארנעם, אין עס האבן מהנה געוועהן בשירה וזמרה דער בארימטער בעל מנגן ר' מאיר אדלער אין הרב ירמי' דאמען מראשי המשוררים בחצר הקודש, וועלכע האבן מהנה געווען דעם ציבור מיט גאר רייכע נגינה אויסזינגענדיג פארשידענע ניגוני חג הסוכות, באגלייט מיט פרקי חזנות דורכן בדחן ר' אשר זעליג דרעזנער פון אנטווערפען.


געעפנט דעם מעמד האט דער טשערמאן און יושב ראש דער משמח אלוקים ואנשים הרב ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האט מיט זיין לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד בטוב טעם. אין אנפאנג האט ר' ישראל ארויסגעברענגט אין קורצע ווערטער די מטרת המסיבה און די היסטארישקייט דערפון.


במשך די סעודה האבן א צאל פון די חשובע נגידים ה''ה הנגיד ר' מיכל ראזענבערג פון מאנטריאל, וואס האט שטארק משבח געוועהן דער בעלזער קהילה אין מוסדות די בכל אתר ואתר אין די געוואלדיגע הערכה וואס איז פארהאן איבער די גאנצע וועלט פארן בעלזער רב שליט''א אין זיינע אלע פעולות בעבר בהווה ובעתיד. דאן האט אויפגעטראטן הנגיד הרב צבי ארי' אייכלער מיט שיינע מאמרים אין רעיונות אויף יו''ט סוכות מפי ספרים וסופרים אין דער דאפאלטער משמעת פון דעם 'למיתב בצילא דמהימנותא' צו וואס מיר זענען אצינד זוכה.


דאן האט מען זיך צוגעהערט צו די שיינע דרשה פון הרבני הנגיד מו"ה ר' משה יצחק אדלער פון מאנטריאל וואס איז באקאנט אלס א נאה דורש ונאה מקיים מיט זיין שטיצע אין עסקנות פאר די בעלזער מוסדות בכל רחבי תבל. ר' משה יצחק האט דערביי אויפגערופן די נגידים צו קומען איבערגעבן זייער התחייבות'ער לידיו הקדושות פונעם רב שליט''א. אין זיין התרגשות'דיגע דרשה האט ר' משה יצחק ארויסגעברעגנט ווי מען זעהט היינט בחוש דער נבואה וואס ווערט מקויים פונעם הייליגן בעלזער רב זי''ע וואס האט זיך אנגערופן פאר זיין ברידער דער בולגרייא רב זי''ע געציילטע טעג בעפאר די פטירה "ברידער! ראש ישיבה לייג איך אוועק פאר דיר!" וואו מען זעהט נכדו יחידו הרה''צ רבי אהרן מרדכי וועלכע טראגט זיין הייליגן נאמען שטייט בראש פון די ישיבות הקדושות דחסידי בעלזא הקטנים עם הגדולים מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט לילות כימים לא ישבותו.


הרבני הנגיד ר' אלי' קליין האט זיך אנגעטראגן צו זיין דער נחשון מיט זיין נתינה פון א האלבע מיליאן דאללער, נאכגעפאלגט מיט א רייע גרויסער אונטערנעמונגען דורך די נדיבי עם וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלס שותפים לדבר מצוה אינעם דעם מולטי מיליאן דאללער'דיגע פראיעקט.


מיטן משא המעמד האט אויפגעטראטן הרה''צ רבי שלום רוקח נכדו הגדול פונעם רב שליט''א. בעת די סעודה האבן די משתתפים געהאט די געלעגנהייט איבערצוגעבן קוויטלעך וואס דער רב שליט''א וועט ליינען לעת החיתום ביום הושענה רבה. צום שלוס פונעם מעמד האט כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א פארטיילט ערבות פאר אלע נגידים אין מאציל געוועהן ברכות עד בלי די.


דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט אן אויסטערלישע הצלחה ווען עס איז אריינגעקומען אזויפיל ווי זעכציג פראצענט פון די ריזיגע הוצאות אויפצובויען די מבצרי הישיבה אין אלעד, אין וואו די עסקנים געבן איבער וועט מען תיכף נאך יו''ט ענדיגן די לעצטע פלענער כדי די בחורים זאלן זיך שוין קענען אריבערציען קיין אלעד אויף דעם קומענדיגן זמן הלימודים חודש אלול תשפ''ד.



















bottom of page