הודו לה': האד' מבעלזא באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך אפעראציע דעם אנהייב וואך
- sfbechatzros
- לפני 8 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט אומבאשרייבליכע שמחה האבן בעלזער חסידים נארוואס ערהאלטן די פריידיגע נייעס אז מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א געפונט זיך שוין ב"ה אויפן וועג אהיים נאכן זיין שפיטאליזירט דורכאויס די לעצטע וואך בעת גאנץ כלל ישראל און בפרט חסידי בעלזא בכל מקום שהם האבן מתפלל געוועהן לרפואתו השלימה.
נאכן עטוואס צוריק קומען צו די כוחות פון די אפעראציע דעם זונטאג האבן די דאקטוירים באשלאסן צו באפרייען דעם רב שליט"א פון שפיטאל, צו קענען זיך ערהוילן בביתו נאווה קודש, און ווייטער באהאנדלט ווערן אונטער די שטענדיגע אויפזיכט פון א שטאב דאקטוירים. ווי פארשטענדליך וועט דער רב שליט"א נישט ארויסקומען צום ציבור דורכאויס די קומענדיגע טעג.
אין לויף פון די לעצטע טעג האט מען געארבעט רונדע דעם זייגער בביתו נאווה קודש פונעם רב שליט"א אין קרית בעלזא אויסצורישן וויכטיגע מעדיצינישע איינריכטונגען און מאשינען וואס פעלט זיך אויס צו קענען זיך אפגעבן מיט די הייל מיטלען און אויפזיכט, עס זאל זיין גרייט אויפ'ן רב'ס אהיימקומען, בשעה טובה ומוצלחת.
אצינד איז צום האפן אז דער רב שליט"א וועט זיך שנעלער ערהוילן, און בעז"ה צוריקקומען צו די כוחות ווי אמאל, בבריות גופא ונהורא מעליא.