top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "ישועת יעקב" מסקולען זצוק"ל געפראוועט מיט גרויס דערהויבנקייט

  • sfbechatzros
  • 2 בספט׳
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, משה נחום, JDN

מיט גרויס געגועים און כיסופין איז אפגעצייכנט געווארן די הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל וואס איז אויסגעפאלן פאריגן פרייטאג, ה' אלול, ווען דערביי האבן מאסן אידן פוקד געווען דעם ציון הק' און מיטגעהאלטן די סעודת הילולא רבתי וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בארא פארק, בראשות בניו ממשיכי דרכו כ"ק האדמורי"ם שליט"א. 


שוין א גאנץ יאר איז דורך זינט כלל ישראל האט מיט הייסע טרערן באוויינט דעם סילוקן של צדיקים פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל, ארום וועמען עס האבן זיך געקלאמערט הונדערטער חסידים פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן אלע נהנה געווען פונעם מאור פנים וואס דער רבי האט געצייגט פאר אידן, מ'האט געשעפט חיות און חיזוק פונעם רבי'נס עבודת הקודש מיט אזא חיות און חיזוק, און נהנה געווען עצה וברכה, באגלייט מיט ברכת קדשו מעומק לבבו הטהור וואס האט אזוי שטארק עושה רושם געווען בשמי מעל.


די הכנות צו די הילולא קדישא האט זיך שוין געשפירט במשך דעם פארלאפענעם שבת, שבת לפני ההילולא, שבת יארצייט פון רבי'נס הייליגער זיידע כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצוק"ל וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די סקולענער בתי מדרשים מיט גרויס התעוררות און התרגשות. מוצאי שבת איז אפגעראכטן געווארן דער סעודת הילולא וסעודת מלוה מלכה בבית מדרשו פונעם בעל הילולא בעל נועם אליעזר זצוק"ל אין וויליאמסבורג, בראשות נכדיו כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א בני כ"ק אדמו"ר בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל, וועלכע האבן משמיע געווען מאמרותיהם און דערציילט סיפורים פון די בעלי הילולא, דער גרויסער זיידע בעל נועם אליעזר זצ"ל ואביהם בעל ישועת יעקב מסקולען זצ"ל, וועלכער האט כידוע גענאסן אזא געוואלדיגן חביבות ביים גרויסן זיידן דער בעל הילולא זצ"ל, ולא זז מחבבו כל ימיו, זעהנדיג אין אים א דמות דיוקן פון א צדיק תמים ונשגב ולגדולות נוצר.


מאסן אידן האבן מיטגעהאלטן די סעודת הילולא רבתי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין די שטאט בארא פארק, און צוגאב האבן זיך אנגעזעהן פילע געסט פון איבעראל בפרט פון שטאט מאנטריאל וואו דער רבי זצ"ל האט צענדליגער לעכטיגער יאהרן משמש געווען ברבנות.


די סעודת הילולא איז אפגעראכטן געווארן אינעם גרויסן זאל פון "עטרת חי'" בראשות בניו ממשיכי דרכו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א וגיסיהם הגה"צ שליט"א חתני בעל ההילולא זצ"ל. בראש המסובים האבן אויך באשיינט די ברודער יבלחט"א כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א פון וויליאמסבורג, מאנסי און לעיקוואד, אויך האבן באשיינט דעם אויבן אן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט" חותן המלך פון כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, און הגה"צ אב"ד טערניווא שליט"א חותן המלך פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א.


במשך די סעודה האט מען זיך מתעלס געווען מיט די ניגוני קודש פון די צדיקי בית סקולען, צווישן זיי ניגונים וואס זענען נתחבר געווארן דורכ'ן בעל הילולא, אין לויף פון די נאכט האט מען געהערט די דברות קודש פון די אדמורי"ם שליט"א קינדער פונעם בעל הילולא, און א דרשה פונעם פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן זכרונות נעלים פון די געהויבענע עבודה פון רבי'ן זצ"ל, בפרט אין די יאהרן אין מאנטריאל ווי ער איז געוועהן פון די נאנטע מקורבים און געהאט א אפענע טיר ביים רבי'ן.


כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט מכבד געוועהן די פעטער'ס האדמור"ים פארצוזינגען די ניגוני קודש מאוצר הטוב לבית סקולען און געבענטשט ברכת המזון על הכוס.


שפעטער נאך די סעודת הילולא, זענען מאסן אידן ארויסגעפארן קיין מאנסי, פוקד צו זיין דעם ציון הק' אויפ'ן ביה"ח דק"ק וויזשניץ וואו דער רבי זצ"ל איז געקומען למנוחתו הארט נעבן מקום מנוחתם פון זיינע גרויסע אבות, זקינו הרה"ק בעל נועם אליעזר זצוק"ל ואביו הרה"ק בעל מאור ישראל זצוק"ל. 


באישון ליל אום צוויי אזייגער זענען בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א אנגעקומען צום ציון הק' צוזאמען מיט פילצאליגע חסידים, וואו עס האט זיך אנגעמערקט די ספעציעלע איינריכטונגען וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אויפ'ן ביה"ח, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן פלייץ פון חסידים וואס זענען ארויף אויפ'ן ציון הק' במשך דעם גאנצן טאג פון די הילולא.


מען האט געזאגט די באשטימטע מזמורי תהילים, ווי די סקולענער רבי האט פארגעזאגט די ערשטע טייל, און דערנאך מכבד געוועהן אחיו האדמו"ר מישועת יעקב סקולען, דערנאך האבן זיך באוויזן די ברודער האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג און לעיקוואד וועלכע זענען מכובד געווארן פארצוזאגן דעם צווייטן העלפט מזמורי תהילים, און די קינדער האדמורי"ם שליט"א האבן געזאגט קדיש.


דאן האבן די אדמורי"ם שליט"א געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' לישועת הכלל והפרט, בעת די משתתפים זינגען התעוררות'דיגער ניגונים מאוצר הטוב לבית סקולען.


פרייטאג צופרי בעצם יומא דהילולא האבן די אדמורי"ם שליט"א פארגעדאוונט שחרית יעדער באזונדער בבית מדרשו אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים. שפעטער איז פארגעקומען די מעמד התחלת כתיבת אותיות אויף די ספר תורה וואס וועט געשריבן ווערן לזכר נשמתו הטהורה פועם בעל ההילולא אין סקולענער ביהמ"ד אין בארא פארק במעמד בניו האדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און משמיע געווען דברות קודש.


לרגל ההילולא קדישא איז ערשינען דער קונטרס "דמעות שליש" מיט די מילי דהספידא וואס מען האט געהערט ביי די לוי' און במשך די נאכפאלגענדע טעג דורך הרבנים הגה"צ שליט"א צו באוויינען דעם הסתלקותו של צדיק, מלאים וגדושים מיט געהויבענע שטריכן פונעם רבי'נס עבודה אין אלע ענינים. דער קונטרס איז פארקויפט געווארן ביי די סעודת הילולא און ביים ציון הק', זייענדיג ווי א מוסר ספר פאר זיך, צו קענען זיך נענטער באקענען מיט דעם עבודת הקודש פון דעם צדיק אויף טריט און שריט. 

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page