אלפי בני היישוב הישן ביי שטורמישע עצרת מחאה על פני כיכר השבת נאך צענדליגער יונגעלייט און בחורים ארעסטירט
- sfbechatzros
- לפני 6 ימים
- זמן קריאה 2 דקות
פרייטאג פ' נצבים • כ''ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד ארזני
דאס יהדות החרדית אין ארה"ק איז זינט דעם פאריגן דאנערשטאג ווידעראמאל ארויסגעקומען אויף מאסן מחאות אין אלע היימישע שטעט לענגאויס ארץ ישראל אין ליכט פון דעם פרישע פלייץ פון ארעסטן וואס די מיליטערישע פאליציי האט דורכגעפירט קעגן בחורי הישיבות, ולעמוד ולהתחנן צום בורא כל עולמים צו מבטל זיין מחשבות שונאינו, וואס זוכן צו אריינשלעפן די בחורי הישיבות אין די מיליטער דורך'ן אויסטיילן צרות און גוזר זיין גזירות קעגן דאס יהדות החרדית.
נעכטן ליל שישי האבן זיך שווערע טויזנטער אידן פונעם יישוב הישן אין ירושלים פארזאמעלט על פני כיכר השבת, ביים ריזן עצרת מחאה, אין שפיץ פון די גדולי ישראל, אדמור"ים חשובים און רבני ירושלים של מעלה.
די מעמד איז געעפענט געווארן מיט פרקי תהילים פארגעזאגט דורך הרה"צ רבי דוד צבי ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, און דערנאך די הארציגע דברי פתיחה פון הרה"ג ר' מרדכי האלצמאן שליט"א ר"מ בישיבת חכמת התורה. דערנאך האט אויפגעטראטן מיט שארפע דברי מחאה כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרויעם שליט"א מזקני האדמור"ים, וועלכע האט בדמעות שליש באוויינט דער ביטערע מצב אין וואס מיר געפונען זיך, זאגענדיג אז מ'האלט שוין ביי א מצב אז מ'קען מער נישט לעבן ווי ערליכע אידן. כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א האט דאן משמיע געוועהן דברים חוצבים, און ארויסגעבענגט אז היינט זעהט מען שוין קלאר, אז די איינציגסטע מיטל קעגן די גזירה איז צו שטיין כחומה בצורה און זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס כהוראת גדולי ישראל, הגאון הגדול רבי יהודה פישר שליט״א חבר הבד״ץ האט מיט פייערדיגע ווערטער מוחה געוועהן כדת של תורה און געזאגט אז דאס זענען ארעסטן וואס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
צום לעצט האט אויפגעטרעטן הגאון האדיר רבי יהושע דוד טורצין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים, וועלכע האט ארויסגעברענגט די ווייטאג'ליכע מציאות אז די אלע ארעסטירטע מוזן פארבלייבן אין טורמע דורכאויס דעם ירח האיתנים אין די שווערע אומשטענדן אונטער די רשעי הציונים. דאן האט מען געהערט קבלת עול מלכות שמים פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, וועלכע האט פארגעזאגט די פסוקי ייחוד בקול חוצב להבות אש וואס האט אפגעהילכט גאסן ווייט.
דער סיום העצרת איז געהערט געווארן דורך הגאון רבי יחזקאל ערלאנגער ראש ישיבת מעזריטש דחסידי תולדות אברהם יצחק וועלכע האט אויסגעשריגן א היכליגן 'געוואלד' מתוך שברון הלב. דאן איז דער ציבור ארויס צום תהלוכת מחאה אויף די גאסן פון מלכי ישראל און ירמיהו און אויסגעשריגן דעם זעקת המחאה קעגן די שרעקליכע רדיפת הדת בארץ הקודש.
צווישן די טויזנטער משתתפים האט ספעציעל ארויסגעשיינט דאס השתתפות פון דייני קהילות הקודש תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, דושינסקיא, משכנות הרועים, סאטמאר, סאטמאר, קהל חסידי ירושלים, פרושים, אנשי ירושלים, ברסלב, תפארת ירושלים, בוהוש און נאך.





















































