top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

תעו ואתכנשו: הילולא קדישא פון הרה"ק מספינקא זי"ע בצל קדשו פון בנו האד' מבית יצחק ספינקא

  • sfbechatzros
  • לפני 5 ימים
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 5 ימים

דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער,JDN

מיט א געוואלדיגן התעוררות האבן ספינקא חסידים אפגעראכטן דער יומא דהילולא קדישא פון רבם ומאורם הרה"ק מספינקא זצוק"ל בצל בנו חביבו כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.


די הכנות צו די הילולא האט זיך שוין אנגעהויבן במשך דעם שבת לפני ההילולא, וואס איז אפגעראכט געווארן אין פלאישמאנס, וואו דער רבי שליט"א האלט זיך אויף במשך די זומער וואכן. ביים זמן כניסת השבת האט מען געהערט די דברות קודש פון רבי'ן שליט"א מיט שטארקע דברי הכנה צו די הילולא, ובפרט שבת בייטאג ווען מען האט מיטגעהאלטן די סעודה בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א. ביי שלש סעודות האט דער רבי שליט"א מאריך געווען מיט דברי התעוררות וכיבושין.


מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א געפראוועט די מלוה מלכה, ביי וועלכן הגה"צ רבי אליעזר צבי הורוויץ שליט"א חתנא דבי נשיאה האט אנגעהויבן מיט קורצע דברי הספד אויף די פטירה פון דעם געטרייער איש נאמן הרה"ח ר' הערשל בערקאווויטש ז"ל ראה"ק ספינקא וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן ביום השב"ק. דערנאך האט ער ממשיך געווען צו דערציילן סיפורים פונעם בעל הילולא און פון מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע לרגל ההילולא קדישא. מען האט אויך געהערט סיפורים פון עטליכע מנכבדי העדה.


מיטוואך ערב ההילולא קדישא איז דער רבי שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א האט באשיינט דעם שמחת הברית פון אן אור-אייניקל. לעת ערב אור ליום ההילולא האט א ריזיגער ציבור איבערגעפולט דעם ספינקער ביהמ"ד, דער מקום קדוש וואו דער בעל הילולא זצוק"ל האט אלע יארן אפגעראכט זיין עבודת הקודש, אויסוואשנדיג אידישע הערצער מיט די פלאמפייערדיגע דברות קודש וואס האט יורד געווען לחדרי בטן. ביים זמן האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מעריב, און דערנאך געפראוועט דעם מסיבת לחיים, ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט צוויי מאל משמיע געווען דברות קודש איבער דעם גרויסן טאג. דערנאך איז דער ציבור א לענגערע צייט דורך זיך מזכיר צו זיין בפיתקא ופדיון אלס הכנה צו די הילולא קדישא.


צומארגנס אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור. דאן האט מען געזאגט גאנץ תהלים און געזאגט יום כיפור קטן מיט התעוררות. דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין קיין ניו דזשערזי, וואו דער רבי שליט"א צוזאמען מיטן ציבור חסידים האבן פוקד געווען דעם ציון הק'. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט די מזמורי תהלים מיט גרויס התעוררות, דערנאך געלערנט משניות און זיך משתטח געוועהן.


שפעטער האט דער רבי שליט"א פארגעליינט משך אריבער צוויי שטונדן די קוויטלעך וואס אידן האבן איבערגעגעבן משך די לעצטע טעג לקראת ההילולא קדישא. נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א מעריך געווען שולחנו הטהור לכבוד ההילולא, מיט דאס השתתפות פון א ריזן ציבור. דער רבי שליט"א האט געמאכט דעם סיום הש"ס און געזאגט דעם קדיש, און מען האט דערנאך געהערט פרקי זכרונות פון דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי עקיבא יוסף כהנא שליט"א מנה"ר כתה מכינה לישיבה דסאטמאר-ב"פ.


דאן האט דער רבי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברות קודש, מיט שטארקע דברי הדרכה פאר'ן ציבור בדברים הצריכים תיקון וחיזוק, ממשיך צו זיין בדרכיו פונעם בעל הילולא זצ"ל, ובפרט בעניני צניעות אויף וואס מען דארף לייגן א גרויסן דגוש. נאך'ן בענטשן האט מען געדאווענט מעריב, און דאן איז דער ציבור אריבער וואונטשן לחיים פאר'ן רבי'ן שליט"א במשך א לענגערע וויילע.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page