טויזנטער וויזניצער חסידים איבערגענומען מיט רגשי שמחה און הודאה נאך געהויבענעם ראש השנה בצל האד' מוויזניץ
- sfbechatzros
- לפני 5 ימים
- זמן קריאה 5 דקות
זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברומי בערגער, JDN
חסידי וויזניץ קענען נישט צו זיך קומען פון גרויס התרגשות און התפעלות, די אינערליכע געפילן רוישן פאר פרייד און שבח והודי' נאך אזא דערהויבענע יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער העכער אלע ערווארטונגען אויף עדת חסידי וויזניץ אין בני ברק בצל הקודש פון רבם ומאורם מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, ווען מען האט געהאט די זכי' מיטצולעבן די עבודת הקודש ביים רבי'ן, די געהויבענע תפלות, תקיעת שופר, עריכת השולחנות, און נאך.
מיט א בליק אויף צוריק, פאריאר בכניסת שנת תשפ"ה האבן וויזניצער חסידים אויפגענומען מיט זארג הערענדיג די בשורה איבערן רבינ'ס געזונט צושטאנד, און אז דער רבי וועט דארפן אדורכגיין שווערע מעדעצינישע באהאנדלונגען במשך די קומענדיגע חדשים, עס איז טאקע געוועהן נישט קיין גרינגער יאהר פארן רבי'ן זעלבסט און אויף די טויזענטער חסידים בכלליות, סיי די וואכן און חדשים ווען דער רבי האט געוויילט לצורך בריאותו אין לאס אנדזשלעס, און דערנאך אין דייטשלאנד, און אלעס אינדערמיט, איבערהויפט איז דער חלל געוועהן גרויס ווען דער רבי שליט"א איז געווען אפגעזונדערט אין ווייטערע מדינות לצורכי רפואה אין די טעג פון ימי הפורים, און חג הפסח, וואס האט אויסגערופן גרויס אנטוישונג און זארג ביי די טויזענטער חסידים.
במשך די לעצטערע וואכן ווען דער רבי שליט"א האט געוויילט אין 'מושב אורה' נעבן ירושלים עיה"ק אויף מנוחת הנפש, ווען דער רבי איז נאך דאן געווען זייער אפגעשוואכט פון די אלע מעדעצינישע באהאנדלונגען וואס ער איז אריבער במשך'ן יאר, און די חסידים וועלכע זענען אריין צום רבי'ן לברך ולהתברך לקראת ימי הרחמים והרצון זענדיג דעם רבינ'ס שוואכקייט האבן פארויסגעשאצט אז דער רבי וועט לכאורה נישט קענען דאווענען פארן עמוד ווי געהעריג, אבער מען האט געהאפט אויפן בעסטן.
ועצת ה' היא תקום, אנגעהויבן בכניסת ליל ראש השנה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול במלוא יפיו והדרו צו תפלת מנחה, דער גינגאנטישער בית וויזניץ איז געווען איבערגעפאקט מקצה אל הקצה מיט טויזנטער חסידים כולם נקבצו באו לך, און א געשאצטע טויזנט געסט פון חוץ לארץ, א ציבור וואס איז נאכנישט געווען אין די היסטאריע פון וויזניץ. מיט א איבערגענומענע הרגשים האט זיך געהערט דעם רבינס הויכע שטימע מיט א פלאם פייער אויסשרייענדיג דעם 'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו', בעת ווען דער עולם ווישט זיך די טרערן פון התרגשות זיך נישט גלייבענדיג אז מען איז זוכה לשמוע קולו בבואו אל הקודש, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו מערבית פארדאווענענדיג מיט א ברען ווען דעם רבינ'ס שטימע האט זיך געהערט קלאר אין אלע ווינקלען פונעם גינגאנטישן היכל. אפילו בשעת די שטילע שמו"ע האט זיך געהערט דעם רבינ'ס קול, כמנהג בית וויזניץ אין די ימים הנוראים ווען די רבי'ס האבן געדאווענט דעם שטילע שמונה עשרה עטוואס העכער.
נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן ספעציעלן בימה און אנגעוואונטשן פארן פילקעפיגער ציבור א ברכת 'לשנה טובה' מיט א קול געשטיקט פון טרערן, וענו כל העם לשנה טובה.
ארום 11:00 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום עריכת שולחן הטהור, דער היכל הגדול איז געווען איבערגעפאקט מקצה אל הקצה, דער רבי שליט"א האט געפירט דעם טיש כהרגילו אן קיין שום שינוי פון אמאל, אזאנס וואס האט ווידער באנומען מיט התרגשות די טויזענטער חסידים.
תיכף נאכן עריכת שולחן הטהור כחצות הלילה איז פארגעקומען א מנין אמירת כל ספר תהלים, ווי מען האט איינגעריסן אין אזא עת מסגול מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד אז דער אייבערשטער זאל שיקן א גענצליכע רפואה שלימה פארן רבי'ן שליט"'א מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
דעם ערשטן טאג ראש השנה איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד ארום 8:45, און אנגעהויבן אדון עולם, אזוי האט דער רבי ווייטער פארגעדאווענט בקול רם פסוקי דזמרה, המלך, ביז שמונה עשרה, אלעס איז געווען כימים ימימה. בעפאר חזרת הש"ץ איז דער רבי שליט"א ארויס אויף א לענגערע הפסקה, ווי עס איז פארגעקומען א מנין מצומצם אינעם חדר הפרטי פונעם רבי'ן אויף חזרת הש"ץ און קריאת התורה, אויף חזרת הש"ץ אינעם בית המדרש הגדול איז צוגעגאנגען הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א כנהוג.
נאכן הפסקה איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל בית המדרש הגדול צו תקיעת שופר, דער רבי האט פארגעזאגט 'למנצח' בקול רם, דערנאך די פסוקים 'מן המצר', באזונדער האט איבערגענומען אלעמען דער התרגשות בעת ווען דער רבי שליט"א האט געמאכט די ברכות און אויסגעשריגן בקול חינוק דמעות דעם 'ברכת שהחיינו'. דער רבי שליט"א האט געדינט אלס בעל מקריא כנהוג, און אלס בעל תוקע האט געדינט הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
א פרישע כוואליע פון פרייד און התרגשות האט ווידעראמאל באנומען די חסידים, ווען דער רבי איז צוגעגאנגען צו תפלת המוספין, פארדאווענענדיג מלכיות זכרונות שופרות מיט הימלישע כוחות באש להבה. ביי כורעים האט זיך דער רבי געביקט זיצענדיג אויפן בענקל די מערסטע וואס איז שייך.
די הויכפונקט פונעם געהויבענעם תפלת המוספין, און ווארשיינליך די הויכפונקט פונעם גרויסן יום טוב ראש השנה איז געווען ביים זינגען 'אין קצבה', ווען דער גאנצער עולם איז שאקירט געווארן זעענדיג ווי דער רבי שליט"א געבט זיך א שטעל אויף פונעם בענקל, שטייענדיג אויף די צוויי פיס, און הייבט זיך טפחיים מעל גבי קרקע ופניו כלפי העם, און איז מעודד די ניגונים, בעת ווען דער גאנצער ציבור זינגט און טאנצט זייענדיג איבערגענומען מיט התרגשות.
נאך תפלת המוספין וועלכע איז שוין געווען נאענט צום שקיעה, האט מען זיך גלייך געשטעלט תפלת מנחה, און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א מיט ריקודין עילאין בשירה ובזמרה אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלקיו.
צו מיטל נאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפלת ערבית, און הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א האט פארגעדאווענט פארן עמוד. נאכן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שולחן הטהור, דער רבי האט טועם געווען פון די סימנים, און זיך געוואשן צום סעודה, און געפירט די גאנצע טיש כרגיל.
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני'. דעם צווייטן טאג ראש השנה ארום 8:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו אדון עולם, און פארגעדאווענט פארן עמוד בקול רם ביז חזרת הש"ץ, און דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויס אויף א לענגערע הפסקה בחדרו הפרטי, ווי עס איז פארגעקומען א מנין מצומצם פאר חזרת הש"ץ און קריאת התורה. אזוי ווי דעם ערשטן טאג האט דער דער רבי האט פארגעזאגט 'למנצח' בקול רם, דערנאך די פסוקים 'מן המצר', באזונדער די ברכות און 'ברכת שהחיינו'.
דעם צווייטן טאג האט מען נאכאמאהל געהאט די זכי' צו הערן קולו בקודש ווען דער רבי שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין, פארדאווענענדיג בקול רם. א באזונדערע התרגשות האט באנומען דעם ציבור ווען דער רבי שליט"א האט זיך אויסגעדרייעט צום עולם זיצענדיג אויפן בענקל פארזינגענדיג 'ויאתיו' מיט א געוואלדיגע מתיקות. דערנאך ביי 'אין קצבה' האט זיך דער רבי שליט"א נאכאמאל אויפגעשטעלט פון בענקל און זיך אויסגעדרייט צום ציבור זייענדיג מעודד די ניגונים, אויך ביי 'היום תאמצנו' האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט פון בענקל און זיך ארומגעדרייט צום עולם.
צום נעילת ימי ראש השנה איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל בית המדרש הגדול. צווישן די דברות קודש האט דער רבי באדאנקט די חסידים בתוך כלל ישראל אויף אלע תפילות און קבלות טובות לרפאותו. נאך תפלת ערבית און הבדלה איז דער ריזן ציבור אורחים פון אלע שטעט אריבער זיך געזעגענען דעם רבי'ן, ווען דער רבי איז א יעדעם איינעם מקבל באנפאה נהירין אנוואונטשענדיג בברכות לרוב.
די טויזענטער חסידים זענען איבערגענומען מיט התרגשות מיטן זיך נישט קענען גלייבן וואס מען האט ב"ה זוכה געווען אין דעם היי יעריגן ראש השנה, עמער'ס פון דמעות של שמחה האבן זיך געגאסן אין אלע ווינקלען נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו האבן דעם רבי'ן בתוכינו במשך אלע געהויבענע תפלות און תקיעת שופר און ביי די עריכת שולחנות הטהורות, ובפרט אז מען האט זוכה געווען צו הערן קולו בקודש מיט א געוואלדיגע שטארקייט און קלארקייט וואס האט באנומען א יעדעם איינעם, מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי.
און מיט א הייסע תפלה צו השם יתברך איז מען ווייטער מתפלל, עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה' אלקינו, לקיים בנו חכמי ישרא"ל מרן ישראל בן לאה אסתר שליט"א, אז דער רבי שליט"א זאל האבן א גענצליכע רפואה און זיך צוריקקערן צו די כוחות,ווייטער קענען פירן קהל עדתו כמאז ומקדם, קענען ווייטער זוכה זיין צו די לעכטיגע טישן, לעכטיגע תפלות, נהנה זיין מעצה ותושי' בכל תחומי החיים, און ווייטער שעפן די ברכות והשפעות מפום ממללן רברבן, ועל מי מנוחות ינהלנו בבריות השלימות ביז משיח'ס טאג במהרה.


















