top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעיאר פון אשדוד באזוכט ביי האד' מויז'ניץ צו בעפארשטייענדע וואהלן

מיטוואך פ' קרח - ב' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר


א ספעציעלער אויפנאמע איז פארגעקומען דער וואך בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אין בני ברק ווען עס איז אריבערגעקומען אויף א באזוך דער מעיאר פון שטאט אשדוד יחיאל לאסרי מקבל צו זיין ברכת הקודש פונעם רבין שליט''א צו די בעפארשטייענדע וואלן וואו ער לויפט פאר ווידערוויילונג.


עס זענען אויך געוועהן אנוועזנד די ראשי הקהילה והמוסדות פון אשדוד וועלכע האבן פארגעשטעלט דעם מעיאר אין ארומגערעט איבער זיינע פילע לייסטונגען פונעם מעיאר לטובת הכלל והפרט אין דער שטח וואס דער מעיאר האט נישט לאנג צוריק געשאנקן פאר די מוסדות אין אשדוד, די רבי שליט''א האט זיך ווארעם באדאנקט אין מאציל געוועהן מברכת קדשו צו די וואהלן.








Comments


bottom of page