דאנערשטאג פ' ראה - כ"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות
דעם דינסטאג האט זיך כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ארויסגעלאזט צו די קעטסקיל בערג צום יערליכע באזוך אין די פינעף קעמפס וואו די תלמידי המוסדות האלטן זיך אויף משך די זומער וואכן.
די ערשטע באזוך איז געווען אינעם נייעם אפגעקויפטע מיידל קעמפ וואו עס האבן אפגעווארט די מנהל המחנות הרב דוד ראזענבערג צוזאמען מיט די נדבנים פונעם נייעם קעמפ הנגידים ר' יודא לייב פערלמוטער הי"ו, ר' משה לעווי הי"ו, ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו, אין ר' מנחם מארקאוויטש הי"ו.
די רבי איז אריין אין שפילהויז וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער תלמידות. דער מנהל המחנות ר' דוד ראזענבערג האט צום ערשט מקבל פנים געוועהן דעם רבי'ן אין דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם בנין אינזליכט וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט און אלע אפטיילונגען פונעם בנין אזוי אויך אינעם נייעם מקוה פונעם קעמפ.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום בנין לעווי אינעם בית מדרש וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די עוסקים במלאכת הקודש און די תושבי המחנה עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שמעון שווארטץ שליט"א דומ"ץ המחנה און מקבל פנים געווען דעם רבין. דערנאך האט די רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת הקודש פאר די נדיבי ותושבי המחנה. פון דארט איז די רבי געפארן צום אלטן מיידל קעמפ, צום ערשט איז דער רבי אדורך די קינדער פונעם קעמפ וואס האבן מקבל פנים געווען את פני קדשו בשירה ובזמרה. דערנאך איז דער רבי אדורך אויפן פרייען פעלד וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות און געווארן צוגעוויזן דורכן לאנגיעריגן מנהל ר' אביגדור ראזענבערג און די מנהלי הבית רחל אזוי אויך איז אנוועזענד געווען הגה"צ ראב"ד אבני שיש פאלטישאן שליט"א און דעם רבינ'ס זון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום נייעם חדר האוכל וואו עס איז פארגעקומען א קביעת מזוזה וואו די רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די עסקנים וואו דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת הקודש. נאכדעם איז מען צוגעפארן צום גרויסן שפילהויז וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער תלמידות און מדריכות. הרב דוד ראזענבערג מנהל המחנות האט מקבל פנים געווען דעם רבין און דער רבי האט משמיע געווען ברכות הקודש און הדרכה פאר די תלמידות.
ארום 2:00 אזייגער איז די רבי שליט"א און די שיירה אנגעקומען צום יונגעל קעמפ און נעפאנעק, די רבי איז תיכף צוגעפארן צום גרויסן בית מדרש בית שלמה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער תלמידים און מרביצי תורה און מקבל פנים געווען דעם רבין בתופים ובמחולות, די מנהל המחנות ר' דוד ראזענבערג האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן אין דערנאך האט מען געהערט לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה פון רבי'ן חיזוק און התמדת התורה און עבודת התפלה און מידות טובות און די רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר די תלמידים און מרביצי תורה.
נאכן מעמד איז דער רבי אריבער און שטוב פון העסקן מוה"ר מנחם יאקאבאוויטש הי"ו פון קרית יואל דערנאך איז דער רבי אריבער צום בית מדרש בית שאול, וואס דארט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און מעמד חלוקת כתבים דורך די חברה משניות 'אוצר יהודא' פאר די תלמידים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ ששה סדרי משנה דער רבי האט אונטערגעשריבן די כתבים בחתימת יד קדשו.
פון דארט איז מען צוגעפארן צום נייעם מיידל קעמפ אין אלסטער הייטס מען איז צוגעגאנגען צום פרייען פעלד וואו עס זענען געווען פארזאמעלט די הונדערטער תלמידות, דער רבי איז אדורך געגאנגען דעם גאנצען פעלד און דערנאך אנגעקומען צום בית המדרש פונעם קעמפ וואו מען האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די עוסקים במלאכת הקודש, אין דערנאך האט די רבי געלייגט דעם אבן הפינה פאר די נייע שפיל הויז וואס גייט געבויט ווערן אינעם קעמפ. פון דארט איז מען געפארן צו בחורים קעמפ אין דערילענד וואו אלע קינדער האבן אפגעווארט בשערי המחנה. נאכן דורכגיין די קינדער האט די רבי קובע געווען מזוזות ביי די נייע כיתות אינעם קעמפ, אין אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד המאורע אינאיינעם מיט די נדבנים מנהלים און מלמדים. דאן איז פארגעקומען די קבלת פנים אינעם בית המדרש דברי יואל וואו דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש. אויפן וועג ארויס האט דער מנהל הרה"ג ר' משה פריעדמאן איבערגעגעבן פארן רבין א ליסטע פון איבער הונדערט תלמידים וואס האבן זיך מקבל געווען קבלת בעניני תפילה דער רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו.
נאך די באזוך אין בחורים קעמפ איז די רבי שליט''א געפארן קיין וואודבורען וואו דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת מוה"ר יודא לייב גאלדמאן הי"ו, איידעם פונעם מנהל המוסדות אין וויליאמסבורג הרב חיים יצחק מאנדל נאך די פטירה פון א קינד ל''ע.
Comments