top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להקביל פני רבו • אלפי חסידי תולדות אהרן אין תולדות אברהם יצחק מקבל געוועהן מרן פוסק הדור

מיטוואך ג' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: רפאל שוורץ


מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט''א איז נעכטןאנגעקומען צו די מאה שערים געגענט אין זיך משתתף געוועהן ביי די מעמדי שמחות בית השואבה בחצרות הקודש תולדות אברהם יצחק אין תולדות אהרן.


אנקומענדיג אינעם סוכה הגדולה בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז דער פוסק הדור ענטפאנגען געווארן מיט פייערליכער טענץ, 'כי אורך ימים', 'אור זרוע לצדיק' אין נאך ניגוני שמחה. פון דארט איז ער אריבער צום ביהמ''ד הגדול תולדות אהרן וואו עס האט זיך ווידער אפגעשפעלט דעם מחזה הוד כמעשהו בראשונה ווען אלופי אלפי ישראל ועל צבאם כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א האבן אויפגענימען דעם פוסק הדור בכובד הרואי. דער מנהל המוסדות הרב שמואל שישא חבר הנהלת העדה החרדית האט אויפגענימען דעם חשובן אורח מיט פאסיגע דברי ברכה בשם כל קהלא קדישא הדין אין דאן האט דער בעל תשובות והנהגות פארגעזאגט דעם שיר המעלות פסוק בפסוק וואס איז פארקויפט געווארן פאר א סכום הגון לכבודו.


נאכן מעמד האט כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור לרחובה של עיר וואו עס האבן זיך פארזאמלט טויזנטער אידן צו כאפן א בליק אין מקיים זיין דעם להקביל פני רבו ברגל.



















Comments


bottom of page