top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאנסי • מעמד פתיחת שערים פאר נייע סאטמארער תלמוד תורה 'בנין גאלדשטיין' אין שפיץ פון האד' מסאטמאר

זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: סאטמארע נייעס


פארלאפענעם דאנעשטאג איז אין מאנסי געפראוועט געווארן די מעמד חנוכת הבית וקביעת מזוזה פאר די נייע בנין התלמוד תורה דחסידי סאטמאר בנין משה חיים גאלדשטיין, בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נשיא המוסדות.


די רבי שליט''א וועלכע וויילט די טעג אין די פארשעי געגענט אין מאנסי אויף אפרוה, האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע ילדי תשב''ר תלמידי המוסדות אינעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה החדש 'בנין משה חיים גאלדשטיין'.

ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד''ק סאטמאר מאנסי און די הנהלת המוסדות, דער רבי איז אריין אין ביהמ"ד און ארום צווישן די טישן און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים פארן דאווענען.


א קורצע צייט נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער 'מעמד פתיחת שערים' דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, און מכבד געווען צו קובע מזוזה זיין, הגה"צ אבד''ק סאטמאר מאנסי שליט"א, דער נדבן הבנין הנגיד החסיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, אין דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו.

דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די אריבער טויזענט ילדי תשב''ר תלמידי המוסדות, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע און דער סאטמאר מאנסי רב האט אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה.


דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם געוואונטשן פארן נדבן הבנין ובני משפחתו, פארן רב, הנהלת המוסדות, מרביצי תורה, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק, צום ערשט אנגעהויבן מיט א תפילה פאר אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש הנתונים בצרה 'המקום ירחם עליהם וישמרהו ויצילהו מכל צרה וצוקה בכל מקום שהם'. מיט א שמחה האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם חנוכת הבית פון אזא בנין גדול ומפואר וועלכע וועט מחנך זיין במשך די יארן טויזענטער קינדער, און געזאגט הדרכה פאר די קינדער, און גערעדט בשבח פונעם חשובן נדבן הבנין, ובשבח פון די הנהלת המוסדות בפרט פונעם איבערגעגעבענעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו וועלכע שטייט במסירות נפלאה בראש פונעם מוסדות און האט אהערגעשטעלט דעם בנין האדיר ומפואר אין אזא קורצע צייט שלא כדרך הטבע, חוץ די אנדערע בניני הבית רחל וואס מען האט געבויעט און מען האלט אינמיטן בויען, בשבח פון די קהילה נאה וחסידה אין מאנסי בראשות דעם רב שליט"א וועלכע איז נודע לתהילה בכל העיר, און מסיים געווען בברכות לרוב.


נאך די דברות קודש האט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני הקהילה אויפגערופן דעם חשוב'ן נדבן וועלכע האט געמאכט א התרגשות'דיגע ברכת שהחיינו מלובש בבגדי שבת, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט, דערנאך האט דער נדבן אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער לכבוד המעמד.


נאכן מעמד איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די תלמידי המוסדות וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים און מאציל געווען מברכות קדשו.


דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגען אין די קרוב צו פערציג חדרים אין ת''ת וועלכע זענען שוין אין באנוץ, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים. ביים פארלאזן דעם בנין זענען די אריבער טויזענט תלמידים געשטאנען אויסגעשורה'ט און האבן באגלייט דעם רבי'ן בשירה וזמרה.




















Comentarios


bottom of page