top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז קלויזנבורג אנגעקומען אויף שחרית אין קרית צאנז לעיקוואד; באזוך ביי האד' מסקולען לעיקוואד

דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א וועלכע וויילט די טעג אין די טאמס ריווער געגענט בגלילות פון לעיקוואד אויף אפרוה, איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען אויף ביקור גומלין ביי כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד שליט''א, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים פאר קרוב צו אנדערהאלבן שעה, די רבי'ס האבן געטרינקען לחיים אין נאכן באזוך האט דער סקולענער רבי געצייגט פארן רבי'ן עטליכע היסטארישע ירושה חפצים מאבותיו הקדושים.


אין אנדערע נייעס איז כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזנבורג שליט''א היינט אינדערפרי אנגעקומען דאווענען שחרית אין ביהמ"ד שפע חיים צאנז קלויזענבורג אין קרית צאנז לעיקוואד, ביים אנקומען איז די רבי גאנגענען אין די נייע מקוה טהרה 'דברי חיים' אינעם קריה, אין פארן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר צוויי בר מצוה בחורים, די רבי האט צוגעשיקט צום עמוד הרה"ג ר' שמואל דוד פריזאנט בן גיסו כ''ק האדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט''א ונכד הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע. שחרית האט געדויערט קורב צו דריי שעה אין נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן א שלחן לחיים לכבוד די הנחות תפילין, עס איז אנוועזנד געווען ביים לחיים הגה"צ רבי נחום טווערסקי אב"ד ראחמסטריווקא אוק ען וויין בן כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט''א לרפו"ש, ווי דער רבי שליט"א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די מצב הבריאות פונעם פאטער די רחמיסטריווקא רבי אין זיין שווער די קאלוב'ער רבי אין געבעטן איבערגעבן א רפואה שלימה, נאך די שלחן לחיים זענען אריבער ביים רבי'ן די ילדי תלמוד תורה צאנז קלויזענבורג אין לעיקוואד וועלכע האבן שלום גענימען פונעם רבי'ן.










Comments


bottom of page