top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שוד ושבר בגבולינו • הילדה יענטא טויב ע"ה אייניקל פון האד' מוויז'ניץ מאנסי נפטר געווארן

דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת - שוד ושבר בגבולינו


מיט שאק און שוידער ווערט אויפגענומען די ווייטאגליכע בשורה איבער די פטירה פון הילדה יענטא טויב ע"ה, דריי יאר אלט, א טאכטער פון הרב מנחם שלמה טויב שליט"א פון מאנסי, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי און פון כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, און אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל וועלכער איז נארוואס געקומען למנוחת עולמים.


די פלוצלינגדיגע פטירה רופט ארויס שאק און טרויער ביי די גאנצע משפחה און כלל חסידי וויזניץ, ווען בלויז עטליכע שעה צוריק האט מען איר געטראגן אין שפיטאל צוליב א לונגען אנטצינדונג, און אצינד האט זי ליידער אויסגעהויכט איר ריינע נשמה ליוצרה, א קארגע שעה נאך וואס איר עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל איז געקומען לקבורה.


פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

Comments


bottom of page