דינסטאג פ' נח • ב' חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מאנטאג ראש חודש חשון האבן טויזענטער חסידי גור מיט גרויס פרייד באנייעט די שפאגל נייע דאווענען שטיבלעך בבנין ביהמ"ד הגדול דחסידי גור אין ירושלים, וואס איז נארוואס אהערגעשטעלט לרווחת ציבור המתפללים, די טויזענטער חסידים וואס זענען קובע מקום לתפילתם אינעם תל תלפיות פון חסידי גור אלוועלטליך.
די דאזיגע פאזע האט פארענדיגט דעם ריזן פראיעקט אהערצושטעלן דעם בית הגדול והקדוש, ווען ביז יעצט האט מען נאכנישט באנייעט די שטיבלעך צום דאווענען. די שטיבלעך געפונען זיך אין די נייע פליגל פון די גרויסע היכל בית המדרש, וואו מען האט אריינגעבויעט ספעציעלע רוק ווענט און פארשידענע איינריכטונגען לטובת הציבור. א ארון קודש און א בימה אין יעדע שטיבל באזונדער, און מיט א הפלא'דיגע סדר וועלן קורסירן די מנינים אויף א קביעות'דיגע פארנעם לטובת הציבור.
די שטיבלעך איז אהערגעשטעלט געווארן מיט טישן און בענק מיט הרחבת הדעת, און די אלטע היכל בית המדרש וועט פארבלייבן אלס היכל התורה, וואו מען וועט קענען קובע זיין שיעורים לתורה דורכאויס די צופרי שעות, ווען אלע מנינים שחרית וועלן פארקומען בלויז אין די קלענערע שטיבלעך.
נעכטן מאנטאג ראש חודש איז געשטעלט געווארן תיקון לחיים ביי אלע מניני שחרית אין ביהמ"ד הגדול, אפצוצייכענען די געוואלדיגע דערגרייכונג ווען מ'האט זוכה געווען לברך על המוגמר אין א מזל'דיגע שעה.
Comments