top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אנגעהויבן קבלת קהל אין בעלזא לקראת די ימי הרחמים והרצון

מונטאג פ' שופטים - כ"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: שוקי לרר


שטייענדיג א קארגע חודש אפגעריקט פון די ימים הנוראים הממשמשין ובאין האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א נעכטן זינטאג אנגעהויבן אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך לברך ולהתברך בברכת השנים, אין אנגעהויבן פון דער וואך ביז שבת סליחות וועט דער רב אויפנעמען קהל עדת צאן מרעיתו מידי שבוע בשבוע יעדע זונטאג דינסטאג אין דאנערשטאג ווען יעדן טאג וועט זיין די געלעגענהייט פאר נאך פרישע 500 משפחות חסידי בעלזא פון איבערן גאנצן לאנד ארייצוגיין אל הקודש פנימה.


למען הסדר הטוב וועט די קבלת קהל היי יאר צוגיין לויטן נייעם סדר וואס איז איינגעפירט געווארן פאריאהר דורך די סאפיסטאקירטע אויטאמאטישע טעלעפון סיסטעם וואס וועט שטארק פארגרינגערן פאר די טויזענטער חסידים פון זיך איינצושרייבן אין באשטעלן א צייט אריינצוגיין בפתקי דרחמי' לקראת די ימי הרחמים והרצון. נאך שבת סליחות וועט די זמני כניסה זיין ספציעל רעזעווירט פאר די חסידים בני חוץ לארץ וועלכע קומען צו פארן פון אויסלאנד וויילן אויף די הייליגע טעג בצל הקודש.


די טעלעפאנישער סיטעם פון די זמני כניסה איז אויסגעשטעלט געווארן מיט א ספציעלע געניטקייט ווען די חסידים קענען זיך אליין אויסוועלן און באשטעלן א פונקטליכע טאג וואס זיי ווילן אריינגיין און וועט זיין געצוימט צום באשטימטער סכום פון 500 משפחות א טאג. צוליב די פלייץ פון חסידים וואס ווילן האבן די געלעגענהייט אריינצוגיין אל הקודש פנימה פאר די הייליגע טעג האט די בעלזער רב שוין נעכטן זונטאג אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור חסידים אינעם גרויסן שטוב אין בית המדרש הגדול אין קרית בעלזא אין ירושלים צוליב די ריבוי העם בלי עין הרע.


דאס יאהר צוליב די מצב הבריאות ביים רב שליט"א וועלן די קינדער און בחורים נישט אריינגיין בעת די געווענדליכע זמני כניסה, און ווי עס ווערט איבערגעגעבן וועט זיין באזונדערע זמני כניסה פאר די תלמידי הישיבות הקדושות וילדי תשב"ר.



Comentarios


bottom of page