top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הוראת הקודש פון האד' מבעלזא פאר חסידים תושבי הר יונה אמבאלאנגט 'סדר הנענועים'

זונטאג יו"ט סוכות • ט"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


אן אינטערסאנטע שאלה איז דער וואך פארגעלייגט געווארן על שולחן מלכים פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א וואו די רב שליט''א איז געווארן אנגעפרעגט דורך די בעלזער קהילה אין הר יונה וויאזוי צו שאקלען די נענועים נאך וואס דער ארון הקודש אין ביהמ''ד געפינט זיך ביים דרום - מערב זייט קעגן ירושלים עיה''ק, איז נתעורר געווארן א שאלה וועגן די סדר הנענועים, צו מען זאל שאקלען לויט דער צפון זייט אין ביהמ''ד זעלבסט אדער לויט די רוחות העולם כמנהג האריז''ל.


ערב יום טוב סוכות איז אנגעקומען דער הכרעה פון כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, אין א בריוו וואס דער דיין הרהילה הגאון רבי נפתלי אופמאן האט אפגעשריבן אין פארגלייגט די שאלה. מערערע קהילות הקודש אין הר יונה האבן זיך טאקע נוהג געוועהן לויט דעם הכרעה.


דער דיין שרייבט: "לכל קהלא קדישא הדין שיחיו' סדר הנענועים בהלל בחג הסוכות בעירינו נוף הגליל יצ"ו לפי הוראתו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א".


"כידוע כיוון התפילה בעירנו לכיוון ירושלים עיה"ק הוא לצד דרום "נוטה קצת למערב" ומשום כך עלתה השאלה איך לעשות הנענועים בהלל היות שלפי מנהג האר"י הק' סדר הנענועים הוא דרום צפון מזרח וכו' לפי רוחות העולם, ומיקום הארון קודש אצלינו הוא ברוח דרום של העולם".


"השאלה הוגשה לשלחנו של כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א לשמוע חוו"ד הקדושה וההכרעה הייתה שיש להסתובב לפני הנענועים באופן שיהא גופו ופניו לכיוון מזרח העולם - דהיינו לצד שמאל (צפון) של בית מדרשינו עם נטי-ה קצת למערב - וכך לעשות את הנענועים כפי שסידר האר'י הק' בברכת א גוט יו"ט ושיתקבלו תפילותינו והנענועים ברחמים וברצון".



Commenti


bottom of page