top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחיבו מקום אהלך • היסטארישע אונטערנעמונג צו פארברייטערן ביהמ''ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק

דאנערשטאג פ' קרח - ג' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


מיט א אומבאשרייבליכע שמחה און התרגשות האבן חסידי צאנז קלויזענבורג אויפגענימען די בליציגע נייעס איבער דעם שטורמישן אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די יעצטיגע טעג איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן די פלענער פילפאכיג צו פארברייטערן דעם בנין בית המדרש הגדול דחסידי צאנז קלויזענבורג אין בארא פארק.


שוין לאנגע יארן וואס חסידי צאנז קלויזענבורג קוקן ארויס אויף דעם מאמענט, זה היום קוינו לו שרייט זיך ארויס פון יעדנ'ס הארץ, ווען מ'איז בסייעתא דשמיא זוכה אריינצוטרעטן אין די בוי ארבעט צו פארברייטערן בית מדרשו הגדול וואו כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א טוט אפרעכטן די עבודת הקודש אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.


שטייענדיג איידער די זוממער וואכן ווען א גרויסע טייל חברי הקהילה ומתפללי בית המדרש לאזן זיך ארויס צו די קאנטרי, און עס איז פיל גרינגער צו ארבעטן אינעם בנין ביהמ"ד, איז געמאלדן געווארן פארן ציבור די דראסטישע נייעס און די פלענער וואס איז ערווארטעט. די גאנצע שטאק וואו עס געפונט זיך די גרויסע היכל ביהמ"ד, אריינגערעכנט פיר חדרי תפילה און די לאבי פארנט, וועט אצינד ווערן אריינגענומען אלס איין גרויסע היכל ביהמ"ד והיה המשכן אחד, און וועט צוברענגען גאנצע פינעף הונדערט זיץ פלעצער אינעם ביהמ''ד בליעה"ר, מיטן האפענונג אז דאס ביהמ''ד הגדול זאל זיין פולקאם גרייט אויף די ירח האיתנים הבאים לקראתינו.


די דאזיגע שריט צו פארגרעסרן דעם ביהמ''ד איז דער ערשטע פאזע פון א מאסיווע מולטי דאללער'דיגן פראיעקט וואס וועט אונטערגענימען ווערן אין די גאר נאנטן צוקומפט אויפצובויען א מעכטיגן תל תלפּיות א ביהמ״ד הגדול והחדש אין א תל תלפּיות פאר חסידי צאנז קלויזנבורג ברחבי תבל.



bottom of page