מונטאג פ' שופטים - כ"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: לאנטשעווסקי
א באריכט פון די יומא דהילולא קדישא פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע בצל ממלא מקומו בקודש כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
אויף שבת האט די רבי שליט''א געוויילט בעיר הצדק קרית יואל לכבוד די שבת בעפאר די הילולא אין ווי יאהר יערליך אום שבת מברכים חודש אלול, אין אפגעראכטן די תפילות אין טישן ברוב עם הדרת מלך במעמד אלפי תלמידים וחסידים.
מוצאי שבת האט די רבי באשיינט די סעודת מלוה מלכה אינעם נייעם ביהמ''ד דקהל יטב לב - בית כהנא שכונת חברון אין קרית יואל אינאיינעם מיט א מסיבה לטובת די השלמת הבנין בית המדרש החדש והמפואר, וואו די רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלא משתתפים.
זונטאג צופרי פארן דאווענען האט די רבי טעלעפאנירט קיין ארץ ישראל צו די הנהלת מפעל שקל הטהור וואו עס איז פארגעקומען די יערליכע חלוקה פאר די הונדערעטער מוסדות הקדושים על טהרת הקודש, די רבי האט געהערט א באריכט פון די עסקנים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
די רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין גרויסן ביהמ''ד אויף 5 גארפיעלד אין געדאווענט פארן עמוד און געזאגט אלע קדישים לכבוד די יארצייט. נאכן דאווענען איז די רבי אנגעקומען צום ביהמ''ד 'אהל בתיה' בגלילות קרית יואל וואו עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד ביי עסקן ר' נפתלי הערצקא שמילאוויטש הי"ו מנהל חבורת 'זכרו' וואו די רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
נאכמיטאג אום 2 אזייגער איז געווען זמני כניסה ווי די נדיבים בעם האבן געהאט די געלעגענהייט איבער צו געבן פארן רבין סכומים הגונים לטובת מפעל הקדוש 'שקל הטהור', בין הנכנסים זענען אריין קבוצות בחורים תלמידי הישיבות פון ווילאמסבורג אין פון קרית יואל, און א קבוצה בחורים פון ישיבת בית הלל מאנסי וואס האבן אריינגעברענגט גרויסע סכומים לטובת שקל הטהור, די רבי האט זיך ווארעם באדאנקט און אנגעווינטשען ברכת הקודש.
שפעטער נאכמיטאג איז די רבי און די שיירה אנגעקומען צום בית החיים אין קרית יואל, די רבי האט מכבד געווען בנו הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א צו דינען אלס בעל תפילה. נאכן אמירת תהילים אין דיי יהי רצון האט די רבי האט געזאגט קדיש און פארגעלערענט משניות מסכת מקוואות און געזאגט קדיש דרבנן, דערנאך האט די רבי שליט"א געליינט די קוויטלעך און זיך משתתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט.
נאכן עלייה לציון איז די רבי אריינגעקומען צו די מסיבת לחיים בבית האכסניא אין שטוב פונעם ראש הקהל הנגיד החסיד ר' מענדל שווימער, עס האבן זיך אויך אנגעזעהן עטליכע משמשים בקודש - הויז בחורים ביים בעל ההילולא, וואו עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורים ועובדות פונעם סאטמאר רבי'ן זי"ע.
פארנאכטס איז די רבי ערשינען אינעם בנין התלמוד תורה וואו עס איז פארגעקומען א סדר הלימוד פאר די הונדערטער תלמודי הישיבה קטנות אינעם היכל הביהמ''ד פונעם תלמוד תורה, די רבי איז ארום געגאנגען צווישן די בחורים מיט א קענטיגע קורת רוח אין דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו מנחה.
נאך א קורצע הפסקה בחדרו המיוחד איז די רבי אריינגעקומען אינעם היכל הגדול צום עריכת שלחן הטהור, נאכן זיך וואשן האט די רבי געוואונטשן לחיים אין ארומגערעדט סיפורים ועובדות פונעם בעל ההילולא און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלא משתתפים.
דערנאך האט די רבי געמאכט די סיום הש"ס און געזאגט די קדיש.
ביי די דברות קודש אין משא השנה האט די רבי משלב געווען די סיום והתחלת הש"ס במשנתו של בעל ההילולא, די רבי האט ארויסגעברענגט א שבח והודאה צום בורא כל עולמים איבער די לגיון של מלך תלמידי וחסידי סאטמאר וואס ווערט נתרבה מיט א אומגעהויערע בלי און וואוקס כן ירבה וכן יפרוץ, די רבי האט האט ארום גערעדט מיט התרגשות איבער די גרויסע קידוש השם אז מען האט זוכה געווען צו א פרישע חלוקה דורך מפעל שקל הטהור וואס ברענגט די סך הכל חלוקות דורך שקל הטהור צי איבער '40 מיליאן דאללער' די רבי האט זיך באדאנקט פאר די נדיבי בעם און אנגעוואונטשן אז דער רבי די בעל ההילולא וואס האט בדם לבבו אויפגעשטעלט די מוסד הקדוש 'קרן הצלה' בשעתו וועט אויך יעצט מגין זיין פאר אלע נדיבים.
דערנאך האט די רבי מעורר געווען אויף די דברים הצריכים חיזוק,חינוך הבנים והבנות, די צניעות ביי נשים, ביי האר, די מלבושים ביי די מענער, די טריפה'נע מאגעזינען און האטליינס, די אום אויסגעהאלטענע טעכנעלאגישע כלים למיניהם, מגושם'דיגע אדווערטייזמענט'ס און נאך ענינים הצריכים חיזוק, די רבי האט גערעדט איבער די ווייטע בליק פונעם רבי'ן זי''ע ווי מ'זעט היינט אז אפילו די גאר פרומע פארטייען ווי 'אגודת ישראל' נעמען היינט אן אקטיוון ראלע און די אלגעמיינע פאליטיק און מדינות ישראל וואס דאס זייעט אן א שרעקליכען התגרות באומות און חילול שם שמים אשר לא ראו מעולם רח"ל ואין פוצה פה מצפצף, דערנאך האט די רבי שליט"א אויסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן גיסו הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, און די רבי האט פארטיילט כוס של ברכה.
ביים ארויסגיין האט זיך די רבי באדאנקט פאר די הנהלת הקהילה פון קרית יואל, פארן צושטעלן די סעודת הילולא אין אלע צוגעהערן כיד המלך אויף א ברייטע פארנעם.
留言