top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גראנדיעזע "סיום מס' ברכות והתחלת סדר מועד" במסגרת "מאמר מרדכי" דורך אלפי חסידי וויזניץ קומענדיגן א' בלק

  • Bechatzros admin
  • 29 ביוני
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 30 ביוני

זונטאג פ' חוקת • ב' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט פייערליכע רגשי שמחה רישן זיך אלפי חסידי וויזניץ איבער גרעיטער ניו יארק צו די גרויסארטיגע צענטראלע חגיגת "סיום מסכת ברכות והתחלת סדר מועד" אין די ראמען פון מסגרת "מאמר מרדכי", וואס שליסט איין די טויזנטער חסידים פון אלע קהילות קדושות בראשות כ"ק האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ.


דער סדר הלימוד איז אוועקגעשטעלט געווארן אינעם ערשטן יאהר נאך די הסתלקות פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל, מקיים צו זיין די צוואה הקדושה וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די חסידים אינעם לעצטן יו"ט שבועות קבלת תורה בחיים חיותו, ווען דער רבי ז"ל האט דאן ביים טיש יו"ט שבועות געזאגט ביי די תורה, בשארית כוחותיו הטהורות, אז ער בעט אלע חסידים אז מ'זאל לערנען לעילוי נשמתו א בלאט גמרא. ופקודתו שמרה רוחו, איז תיכף נאכ'ן הסתלקות נתייסד געווארן די הייליגע חבורה מיט'ן נאמען "מאמר מרדכי", וואס טוט מקשר זיין די חסידים מיט די תורה הק' דורך א טעגליכן בלאט גמרא, חק ולא יעבור, און אצינד האט מען פארענדיגט מסכת ברכות, ווען מ'גייט ווייטער על סדר הש"ס, מיטן התחלת סדר מועד.


דער מעמד אדיר וועט פאראייניגן מקהלות אלפי הלומדים אין שפיץ פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית וויזניץ פון מאנסי, קייאמישע, וויליאמסבורג, ירושלים, לאנדאן, מאנטריאל און בארא פארק, און וועט פארקומען אויף א גראנדיעזן פארנעם דעם קומענדיגן זונטאג בלק, אין די נייע פראכטפולע זאלן "עטרת ווערטהיימער" אין המספיק-רעזארט אין די קעטסקיל-בערג.


דאס קומט נאכדעם וואס דער געפלאנטער מעמד "קשר נצחי" צום "סיום סדר נזיקין והתחלת ש"ס" וואס האט געזאלט פארקומען פארלאפענעם חודש טבת אינעם ברוקלין נעווי יארד איז דאן לעצט מינוטיג אפגערופן געווארן צוליב די פטירה פון הרבנית הצדקנית מוויזניץ מאנסי ע"ה, און אצינד גרייט מען זיך משלים צו זיין דעם יומא טבא לרבנן דערביי מרים צו זיין כבוד התורה והחבורה.


אין די יעצטיגע טעג ארבעטן די עסקנים פיבערהאפטיג אויסצוארבעטן אלע טעכנישע און לאגיסטישע דעטאלן פונעם מעמד און אלע ארומיגע דעטאלן וואס אזא מאורע נעמט אריין לכבוד התורה ולומדי'.

ree
ree
ree
ree
ree

Comentários


bottom of page