אויפבוי פונעם בנין גדול מפואר "ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש" אין ניו יארק גאלאפירט מיט מאסיווע שנעלקייט
- sfbechatzros
- לפני 5 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

פרייליכע נייעס איז געמאלדן געווארן אין די יעצטיגע טעג אז הנהלת ישיבה גדולה תורת משולם פייש ד'טאהש אין ניו יארק איז אריינגעשפרינגען אין א פרישע גרויסע פראיעקט, אויפצובויען א נייער הערליכער גרויסער בנין פאר די ישיבה גדולה אין טשעסטער ניו יארק.
די ישיבה גדולה אין ניו יארק איז נתייסד געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א לשמו ולזכרו פון אביו הגדול הרה"ק בעל עבודת עבודה מטאהש זי"ע, מיטן ציל אוועקצושטעלן בחורים תלמידי חכמים יראים ושלמים בעלי מדות טובות עפ"י דרכו הטהורה פונעם טאהשער רבי'ן זי"ע.
אצינד איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע בוי פראיעקט, אויפצובויען א פאסיגע גרויסע בנין הישיבה אין טשעסטער בגלילות קרית יואל, וועלכע וועט אנטהאלטן אלע נויטיגע איינריכטונגען וואס ס'פעלט זיך אויס לתועלת התלמידים, וואו א גרויסער היכל בית המדרש, בית התבשיל, עס זאל, חדרי השיעורים, חדרי שינה, חדר המרביצי תורה, מקוה מפואר, וכו'.
שוין א לענגערע צייט וואס די הנהלה האט אריינגעלייגן אומגעהויערע צייט און געלט אויסצוארבעטן די בוי פלענער אויפן פאסיגסטן אופן, צו ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן און לעגאלע אפראוועלס, און אהערצושטעלן די פאסיגע פלאץ, און אצינד האט זיך שוין די פאקטישע בוי ארבעט אנגעהויבן אויפן באדן, און ס'איז ערווארטעט צו גאלאפירן פאראויס ווי שנעלער לשמחת לב שוחרי ומוקירי תורה ומבקשי השם.
אין די פארגאנגענע ימי ההילולא פון הרה"ק מטאהש זי"ע האט דער טאהשער רבי שליט"א גאר שטארק ארויסגעברענגט בשבח די ישיבות הקדושות, סיי די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין קרית טאהש, סיי די ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין ניו יארק, וואו מ'זעהט דער גרויסער כח המשלח המייסד הרה"ק מטאהש זי"ע, זעהט זיך אן אין די ישיבות, און אויף די בחורים, אז זיי וואקסן אויס מיט תורה יראת שמים ומדות טובות וואו ס'איז געווען שאיפת קדשו אלע יארן, און די ישיבות זענען געווען משאת נפשו כל ימי חייו, און זיין גרויסע זכות באגלייט די ישיבות עד היום.
אויף דעם קומענדיגן זמן החורף תשפ"ו לפ"ק וועט די ישיבה גדולה זיין פלאצירט אין א צייטווייליגער בנין מיט אלע איינריכטונגען, וואו עס וועט זיין בע"ה אויך די דארמיטארי און עס וועלן געפראוועט ווערן דארט די שבתים אויף א דערהויבענע פארנעם.
