top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דורכברוך • סאטמארער מוסדות אין וויליאמסבורג וועלן אנהאלטן זומער חדר ביז כתה ו'

זונטאג פ' במדבר - כ"ג אייר תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענעם דאנערשטיג האט כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אריבערגערופן די הנהלת המוסדות אויף א זיצונג, וואו די רבי האט געלאזט הערן חוות דעתו אז מ'זאל נאך אויף דעם היי-יאריגן זוממער סעזאן עפענען דעם זוממער חדר ביז כתה ו' אויף די נאכפראגע פון פילע הורי המוסדות וועלכע בלייבן אין שטאט פארן נישט ארויס פארן זומער אין די קאנטרי און קענען באשטיין צו שפארן די ריזיגע קעמפ קאסטן.


דער רבי האט געזאגט אז נאכן הערן די טענות פון אלע צדדים, די עלטערן, מנהלים, וועד החינוך, און הנהלת הישיבה, איז געבליבן די החלטה צו האלטן אפן די ת"ת דורכאויס די זומער וואכן ביז כתה ו'.


דער שריט ווערט שטאק באגריס דורך די הונדערטער עלטערן וואס פאר'ן נישט אין קאנטרי, און וועט זיי איינשפארן אן אומזיסטע הוצאה פון טויזנטער דאלארן א זוממער.

bottom of page