שמחת בית אמשינוב: שיינע שידוך שליסן פאראייניגט ביידע אמשינובע הויפן
- sfbechatzros
- לפני 14 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
דעם דאנערשטיג איז געשלאסן געווארן די שיינע שידוך אין די אמשינובער הויפן, פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, מיט די כלה א אייניקל פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.
די באדייטנדע שידוך וואס פאראייניגט ביידע אמשינובע הויפן, טוט אויסרופן גרויס שמחה ביי אלע חסידים. ווי געזאגט איז די חתן א זון פונעם אמשינובער רבי'ן פון בית שמש וואס איז א איידעם פון הגה"צ רבי אהרן מענדלזאהן שליט"א זון פון הגה"צ גאב"ד קוממיות זצ"ל און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ רבי עקיבא קליין שליט"א זון פון הגה"צ רבי אשר אנשיל קליין זצ"ל גאב"ד ווארשרעהלי און חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.
דאנערשטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען די שמחת האירוסין אין די זאלן פון ביהמ"ד הגדול ביאלא וואו א גרויסן ציבור חסידים און מעריצים פון ביידע אמשינובער הויפן האבן מיטגעהאלטן די שמחה. ובראשם האט באשיינט די שמחה די ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א.
דער רבי שליט"א האט ביים אנקומען געוואונטשן מזל פאר די חתן מחותנים, און קרובי המשפחה. נאכן טרינקען לחיים האט דער רבי געזאגט תורה פאר די בעלי השמחה כדרכו בקודש און מען האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה.










