דאנערשטאג פ' חקת בלק - י' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
היינט נאכמיטג איז מרן אדמו"ר מווינזיץ שליט"א, אנגעקומען אויף א מעמד קביעת מזוזה אין די נייע אפיסעס פון 'בית אח שמח' וועלכע געבט זיך אפ מיט חולי ישראל אין פארמאגט אונטער זיך א פארצווייגטע קערפערשאפט פון מערערע פראגראמען למען חולי ישראל, צווישן זיי הונדערטער וואלאנטירן וועלכע גייען ארום אין שפיטעלער און טוהן משמח זיין די חולי ישראל, אזוי אויך טוט די ארגענעזאציע שיקן פעקלעך עסן דורכאויס די גאנצע וואך און באזונדער אויף שבתים און ימים טובים פאר די חולי ישראל און פאר נויט-באדערפיגע משפחות.
דער וויזניצער רבי איז אנגעקומען צו די נייע געביידע און איז איבערגענומען געווארן פון התרגשות צוזעענדיג די מאסיווע חסד אפארט וואס ווערט געפירט אינעהאלב די אפיסעס פון 'בית אח'. ביים מסיבת לחיים נאכן קביעת מזוזה האבן אויפגעטראטן דער מנהל הארגון הרב פנחס אלימלך שארף אין דער בארימטער בעך מנגן ר' מאיר אדלער וועלכע איז שטארק אקטיוו אין די פעולות פון 'בית אח'. דאן האט די רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש אין ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די פעולות לטובה פון דעם חשובן ארגאנעזאציע און האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר די הנהלת האירגן און פאר די חשובע וואלענטירן.
נאכן מעמד האט דער רבי באזוכט אינעם קאך פון די ארגענעזאציע און זיך אומגעקוקט ווי די וואלענטירן זענען עוסק און די עבודת הקודש צוצוגרייטן די עסענווארג פאר די חולי ישראל. דערביי האט דער רבי צוגעיאגט די עסקנים זאגענדיג אז עס איז שוין מיטאג צייט און מ'דארף שוין ארויסגיין אויסטיילן די עסן פאר די נזקקים אין די חולי ישראל כדי זיי זאלן נישט בלייבן הונגעריג.
Comments