פרייטאג פ' קרח - ד' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
בילדער קרעדיט סאטמארע נייעס / קרית יואל היימשטאט
אן ערהאבן מעמד קבלת פנים איז פארגעקומען נעכטן ליל שישי בביתו נאווה קודש פון כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א אין קרית יואל לכבודו פון דעם אורח נערץ ונכבד הרב שמעון שישא שליט"א יושב ראש "מרכז עזרה ויעוץ" בארה"ק, וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין ניו יארק, לרגל די "יובל" צען יאר אפצייכענונג פונעם מרכז עזרה ויעוץ.
נעכטן דאנערשטיג האט דער אורח ה' מציון באטראטן דעם ניו יארקער באדן, ווי עס איז פארגעקומען אן ענגע קבלת פנים אין לופטפעלד, דורך א חשוב'ע דעלעגאציע פון די רבני והנהלת "מרכז עזרה ויעוץ" סניף ארה"ב, וואס זענען אומערמידליך אקטיוו אויפצוהאלטן און באגלייטן דעם רעטונג-אפאראט מיום הוסדה.
פון לופטפעלד איז דער גאסט צוגעפארן קיין קרית יואל, ווי ער האט די אכסניא של תורה ביים בארימטן סאטמארער פילאנטראפ הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין מגדולי תומכי המרכז. אין די נאכפאלגנדע שעות איז פארגעקומען א וויכטיגע אסיפה מיט די הנהלת המרכז אין אמעריקא, וואו מ'האט געמיינזאם באהאנדלעט א רייע נושאים על הפרק אנבאלאנגט די דראסטישע פארמערונג אין קעיסעס.
שפעטער אויפדערנאכט איז ר' שמעון אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.
שפעטער אום 10:30 איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד "קבלת פנים" בביתו נאוה קודש פונעם סאטמארער רבי'ן שליט"א, מיט די באטייליגונג פון א פרעכטיגע גאלעריע פון רבני ודייני סאטמאר מרחבי ניו יארק, ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי הונדערטער אידן האבן אפגעגעגעבן דעם ריכטיגן כבוד פארן וואונדערליכן געשטאלט בירושלים של מעלה וואס האט די זכי' די לעצטע צען יאר נאכאנאנד צו ראטעווען טויזנטער בחורים און יונגעלייט פון די ציוניסטישע פאליציי און תפיסות, מיט ענדלאזע פדיון שבוים און פיקוח נפשות מיסיעס אינערהאלב די 'מרכז' צענטערן ברחבי הארץ.
איידער די רבי איז אריינגעקומען האט אויפגעטרויטן דעם רבינ'ס אייניקל הרב יהושע לאבין איידעם ביי חתנו הגה"צ רבי ברוך טייטלבוים רב ביהמ"ד ברך משה אין קרית יואל און האט איבערגעגעבן וואס ער אליין איז אריבער צו קענען באקומען א פטור מיט די הילף פון די מרכז אין אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער אליין האט געהאט מיטן מיליטער, און ווי אזוי דער מרכז האט אים ארויסגעהאלפן צו קענען באקומען א פטור.
דאן האט מען געהאט די זכיה לקבל פני קדשו פון רבין שליט"א, ווי צום ערשט האט אויפגעטראטן הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א וועלעכע האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן ביים באזוך אין ארה"ק מיט פינעף יאר צוריק אויפצושטעלן נאך אפיסעס.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך, וועם די רבי האט אראפגעשיקט מיט גאנצע צעהן יאר צוריק מייסד זיין דעם מרכז, און האט ארויסגעברענגט אין קארצן די השתלשלות הענינים און איבער די ווארעמקייט ביי חסידי סאטמאר צו קענען טוהן אלעס מציל זיין בחורי ישראל משמד הגיוס.
דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פונעם חשובע גאסט הרה"ח ר' שמעון שישא איבער זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך, אויך האט ר' שמעון אויסגעדריקט זיין באגייסטערונג פון אזא הייליגע שטאט ווי ער איז דעם ערשטן מאל זוכה צו באזוכן.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דעם דבר ה' לכבודו פונעם אורח הדגול ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו די הייליגע ייטב לב צו באפרייען בחורים פון מיליטער, און ארויסגעבענגט אז מען ווען מרעט היינט צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער איז אסאך ערגער וואס דארט איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד וכל באיה לא ישובון און דער רבי האט באטאנט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און ארויסגעברענגט דעם פליכט וואס ליגט אויף די חסידים צו שטיצן דעם מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים שחפץ ה' בידם יצליחו.
Comments