יומא דקא גרים: סעודת הילולא און יערליכע מעמד הודאה בחצר הקודש ספינקא רמ"א
- Bechatzros admin
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' בשלח • י''א שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען דעם דאנערשטאג בא בעעל"ט, בחצר הקודש ספינקא רמת אהרן, ווען עס איז אפגעצייכנט געווארן צוויי און פערציג יאר זינט יענעם טאג ה' שבט תשמ"ד, ווען דער ספינקא רבי שליט"א איז בדרך נס געראטעוועט געווארן ביי די שוידערליכע קאר עקסידענט, אין די צייט וואס זיין פאטער הרה"צ ר' יצחק אייזיק זצ"ל מספינקא איז ליידער טראגיש אומגעקומען, אויפן וועג אהיים פון די מסע הלוויה פונעם הייליגן באבא סאלי זי"ע.
די מעמד איז פארגעקומען אין די עטרת מרים זאלן אין בני ברק במעמד קהל ועדה און איז געווען א חטיבה אחת פון הלל והודאה, צו דאנקן און לויבן דעם אויבערשטן פאר די גרויסע חסדים, א רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט לכל הקהל הקודש אין באגלייטונג פון פרייליכע מוזיק און לעבעדיגע ריקודין. ביים אנהייב פונעם מעמד האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער גאסט רעדנער הרה"ג ר' חנוך טוביאס שליט"א אבד"ק דרכי שמואל בני בררק. דאן האט דער רבי שליט"א פארגעזינגען ניגוני הודאה, און האט דערנאך משמיע געווען דברות קודש איבער די גרויסע נס און רגשי לבבו בהאי יומא דקא גרים ארויסברענגענדיג דעם גודל הנס טראץ וואס די דאקטוירים האבן בשעת מעשה נישט געגעבן קיין שאנסן אז ער זאל דאס איבערלעבן האט דער בורא כל עולמים אנדערש געוואלט און באוויזן ניסים ונפלאות למעלה מדרך הטבע, דער רבי האט דערנאך ממשיך געווען מיט פאסיגע דברי זכרון לכבוד די יארצייט פונעם טאטן.
דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' ישראל חיים ווייס שליט"א האט דאן געמאכט א סיום, דער רבי האט געזאגט דעם קדיש דרבנן און מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה. צום שלוס פונעם מעמד נאך ברכת המזון האט דער רבי פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע משתתפים.
צווישן די באטייליגטע ביים מעמד האט זיך אנגעזעהן האדמו"ר מראדזין, הרה"צ ר' משה אלעזר מאסקאוויטש אב"ד תוצאות חיים בראכפעלד, הרה"צ ר' חיים יעקב סאפרין ראה"כ קאמארנא, הרה"ג ר' ישראל אהרונסון ר"י חזון נחום, הגה"צ ר' נחמן ראזנער דומ"ץ ראשית חכמה י-ם, האדמו"ר ממבקשי השם, און נאך חשובע רבנים ומורי הוראה.
שפעטער באנאכט נאכן מעמד איז דער רבי ארויף צום ציון אינעם אוהל אדמור''י ספינקא אויפן בית החיים סגולה און פתח תקווה, אויף א מעמד תפילת רבים בראש קהל חסידיו.


























תגובות