top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררות שמחה: בר מצוה משולב מיט שמחת קישור החיתון געפראוועט אין וויזנצער הויף

  • Bechatzros admin
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני יום 1

זונטאג פ' עקב • ט"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

אין קרית וויזניץ בני ברק איז די לעצטע וואך מיטוואך אפגעראכטן געווארן א הערליכע שמחה כפולה אינעם רבינס הויף, די צוויי שמחות בבית בנו הצעיר הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א, די שמחת הבר מצווה פון בנו הב' משה יהושע, די ערשטע אייניקל אין די משפחת המלוכה וואס טראגט דעם נאמען פון הרה"ק בעל ישועות משה מוויזניץ זי"ע, און די שמחת התנאים פון בתו הכלה, מיט די חתן אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א, א זון פון זיין זון הרה"צ רבי דוד הלברשטאם שליט"א איידעם פון הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א.


בראש המסובים האבן באשיינט די גרויסע זיידעס, דער ראש בית אב מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס איז אריינגעקומען ספעציעל פונעם מקום הנופש אין מושב אורה, די זיידע כ"ק אדמו"ר מקאסאן לעיקוואד שליט"א וואס איז געקומען ספעציעל צופארן לכבוד די דאפלטע שמחה במעונו, די זיידע כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א וואס האט באשיינט די שמחה במעונו מיט א באזונדערע שבח והודאה נאך די שווערע דורכגאנג אינעם מצב הבריאות, און די זיידע הגה"צ גאב"ד ביליץ שליט"א.


אויך האבן זיך משתתף געווען די פעטער'ס האדמורי"ם מדעעש, גארליץ, קאלאשיץ, ביאלא פשיסחא, ראש ישיבת וויזניץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד טשערנאביל אלעד, אב"ד סקולען בני ברק, אב"ד ראחמיסטריווקא בני ברק, אב"ד סטריקוב, און די מחותנים האדמורי"ם מנדבורנא ירושלים, ביאלא בני ברק, אלעסק ארה"ק, און הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


טויזנטער חסידים האבן מיטגעהאלטן די שמחה, די וויזניצער קאפעליע האט מהנה געווען בשירה וזמרה, במשך די שמחה האט דער רבי שליט"א געמאכט א סיום מסכתא און געזאגט קדיש, דער בר מצווה בחור האט געזאגט דאס פשעטיל, און דער רבי שליט"א האט מערערע מאל משמיע געווען דברות קודש.


בתוך דבריו האט דער רבי שליט"א שארף ארומגערעט בדברי מוסר והדרכה קעגן די היינטיגע מאדעס וואס כאפן זיך ליידער אריין במחנינו, איבערהויפט איבער די לאנגע שייטלען וואס אין רוח חכמים נוחה הימנו און איז קעגן די הלכה און די מסורה, און מ'טאר נישט איינגיין אויף קיין שום פשרות אין דעם נושא ווען עס קומט צו שידוכים ביי די קינדער.


אויך האט דער רבי שליט"א באטאנט די שיינע יחוס משני הצדדים, און בפרט די יחוס פונעם חתן צו הרה"ק רבי מרדכי דב מהארניסטייפל זי"ע, און די גרויסע חשיבות וואס די פאטער די ישועות משה האט ארויסגעוויזן צו הארינסטייפלער אייניקלעך, בסיום דבריו האט זיך דער רבי באצויגן צו זיין נסיעה היינטיגן זונטאג קיין מינכן דייטשלאנד אויף באהנדלונגען און געבעטן פונעם ציבור מתפלל צו זיין לרפואתו השלימה און אז אלעס זאל דורכגיין כשורה בסייעתא דשמיא.


דערנאך האט דער משמש בקודש הרב שאול גרינבערגער הי"ו בנוכחותו ובפקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, מעורר געווען די עלטערן פון די בחורים וואס גייען ארויף צו די ישיבות קטנות און ישיבות גדולות, מ'זאל שיקן די בחורים דייקא צו די וויזניצער ישיבות, ארומרעדנדיג בשבח פון די היימישע ישיבות, און ארויסגעברענגט די ווייטאג פון געוויסע יחידים וואס שיקן די בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות. נאך זיינע ווערטער האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען כיהודה ועוד לקרא, און טאקע ארויסגעברענגט זיין ווייטאג איבער דעם ענין. צום שלוס האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה אויפן אויבן אן מיט די חתני השמחה און מיט די מחותנים און זיידעס פון אלע צדדים.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page