top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרחמיסטריווקא וועט אפרייזן אויף קורצע באזוך קיין לאנדאן נאך יו''ט שבועות | באריכט

מיטוואך פ' נשא א' - ה' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


פון בית כ''ק האדמו''ר מרחמסיטריווקא שליט''א איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז די רבי שליט''א וועט די קומענדיגער וואך פ' נשא אנקומען אויף א קורצן באזוך בעיר הבירה לאנדאן.


די רבי שליט''א נעמט אונטער די נסיעה לרגל די חתונה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר' דוד מרגליות פון לאנדאן מיט די חתן א זוהן פון הרה''ח ר' מנחם וואלדארסקי ביידע אנגעזעהנער רחמיסטריווקא חסידים, צו דעם געלעגנהייט וועט די רבי שליט''א פארבלייבן אויף עטליכע טעג אין לאנדאן אופצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות וועלכע פונקציאנירן אין ארץ ישראל לשם ולתפארת.


דער רבי וועט זיך ארויסלאזן פון ארץ ישראל דעם קומענדיגן דינסטיג, במשך די וואך וועלן אפגעהאלטן ווערן א רייע מסיבות של מצוה לטובת די מוסדות אין פארשידענע געגענטער אין לאנדאן, אויף שבת וועט זיך די רבי שליט''א צוריק קערן למעון קדשו אין ירושלים.

Comentários


bottom of page