דינסטאג נח • כ"ז תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט א פלאם פייער טוען זיך תלמידי וחסידי סאטמאר מאביליזירן ארויסצוקומען דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת נח לרחובה של עיר, און אויסשרייען דעם "זעקת הגולה" קעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן עולם התורה אין ארץ ישראל, די גרויסע עצרת פאררופן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י ובית דינו הצדק וועט פארקומען אויפ'ן גיגאנטישן שטח גרענד ארמי פלאזא במעמד אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר.
צוריק מיט א חודש איז דאס גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע געווען אנגעגליעט מיט א הכנה דרבה ארויסצוקומען צו אן ערשטמאליגע פאראייניגטע כינוס אדיר "זעקת הגולה" וואס האט געזאלט מאחד זיין אלע שיכטן פון די חסיד'ישע און ליטווישע קרייזן אויף א כינוס זעקה און עצרת תפלה קעגן גזירת הגיוס, געווען אריגינעל פאררופן אויף זונטאג נצבים וילך, אבער ווי שוין ברייט באקאנט זענען די פלענער צעפאלן, נישט האבנדיג די מעגליכקייט צו אראנדזשירן די נויטיגע זיכערהייט קרעפטן פאר אזויפיל צענדליגער טויזנטער אידן, און ביום א' סליחות איז פארגעקומען א באזונדערע עצרת תפילה וזעקה דורך די בני תורה פון די ליטווישע קרייזן.
בהורמנותא דמלכא פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א זענען די עסקנים אצינד געווארן אויפגעפאדערט דורכצופירן די עצרת להרעיש עולם ומלואה, און נאך העפטיגע שתדלנות איז ערהאלטן געווארן די פערמיטן, אויפ'ן סטראטעגישן גיגאנטישן שטח גרענד ארמי פלאזא פארנט פון די פארנומענע "פראספעקט פארק" אין סאמע צענטער פונעם רוישיגן ברוקלין מעטראפאליע, בלויז א האלבע שעה צו פארן פונעם היימישן וויליאמסבורג.
היינט ערשיינט א קול קורא אונטערגעשריבן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק הגה"צ רבי שלמה יהודה וויינבערגער אב"ד פאיע, הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף אב"ד מכלל יופי און הגה"צ רבי חיים דוד כץ דומ"ץ סאטמאר בארא פארק, מיט א קריאה קדושה 'לכל אשר דרכו רגלי אבותיו על הר סיני' קומען אנטייל נעמען ביים ערשטמאליגע מחאה אדירה במעמד אלפי ישראל החרדים לדבר השם אויסצושרייען מסוף העולם ועד סופו א קול זעקה ומרה, כלשונם 'לחגור כלי מלחמה למחות ולהזעיק תבל ומלואה' קעגן די רשעי הציונים וואס זוכן רח"ל עוקר צו זיין די תורה הקדושה מיט'ן שענדליכן גזירת הגיוס.
Comments