top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קביעת מזוזה פון נייעם פליגל אין נאסטאלגישן ברסלבער שוהל אין מאה שערים לקראת יו"ט ראש השנה

  • sfbechatzros
  • לפני 16 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: לפני 11 שעות

דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: יחיאל רייכמאן

א הערליכער מעמד קביעת מזוזוה איז פארגעקומען דעם זונטאג אויפדערנאכט, אויפן נייעם צוגעבויטן פליגל פונעם נאסטאלגישן ברסלבער שוהל אין מאה שערים, נאכדעם וואס מ'האט זיך ביז היינט שטארק געמוטשעט מיט מאנגל אין פלאץ, האט מען געמוזט פארברייטערן דעם בית המדרש ווי מען האט צוגעבויעט א רחבות'דיגע נייע פליגל אויף די לענג פון רחוב סאלאנט, צו קענען אקאמאדירן די וואקסענדע ציבור.


פאריאר לקראת ראש השנה שנת תשפ"ה, האט מען מחנך געווען דעם נייעם פליגל אויף א רויע פארנעם, און אויף היי יאהר האבן זיך די עסקנים אריינגעלייגט צו פארענדיגן אלע נוטיגע פיטשיווקעס פון די מלאכת הבני', וואס איז אין די לעצטערע טעג פולקאם פארענדיגט געווארן מיט אלע נויטיגע צוגעהערן כלול בהדרו לקראת ראש השנה שנת תשפ"ו.


אין די ביהמ"ד קומט פאר די יערליכע קיבוץ ראש השנה פון ברסלבער חסידים וועלכע פארן נישט ארויס פון ארץ ישראל, און מיטן נייעם רחבות'דיגער פליגל געבט דאס צו גאר א שטארקע דערלייכטערונג פאר די ביז יעצטיגע מאנגל אין פלאץ וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד.


לרגל דאס באנייאונג פונעם נייעם פליגל, האט מען געהאט די זכי' אז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ואתו עמו ידידו ורעו הרה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב בארה"ק זענען געקומען קלאפן א מזוזה אויף די נייע פליגל פונעם ביהמ"ד. והנה המלכים נודעו יחדו, נאכן קביעת מזוזה האבן זיך די צוויי זקן רבני ברסלב געזעצט צו א מסיבת לחיים, לרגל די קביעת המזוזה וחנוכת הבית, אינאיינעם מיט פילע חסידי ברסלב באי ומתפללי ביהמ"ד וועלכע האבן זיך באטייליגט ביים מאורע הנשגבה.



ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page