top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פתיחת זמן אלול: הגאון רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון באזוכט אין ישיבת 'עץ חיים' ד'באבוב אין בני ברק

  • sfbechatzros
  • 3 בספט׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 3 בספט׳

מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

בכבוד והערצה האבן די תלמידים פון די באבובער ישיבה 'עץ חיים' אין בני ברק היינט מקבל פנים געוועהן דעם גרויסן גאסט הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון וועלכע איז אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה געקומען איבערגעבן א לומדישע שיעור פאר די תלמידי הישיבה לרגל פתיחת הזמן, זייענדיג דערביי א געלעגנהייט פאר די הונדערטער בחורי חמד זיך צו מפלפל זיין בריתחא דאורייתא מיטן גאון מפורסם. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א טיפזיניגע שיעור כללי און די סוגיא וואס מען איז עוסק אין ישיבה און דערנאך ממשיך געווען מיט יסודות'דיגע דברי חיזוק לרגל פתיחת זמן אלול.


נאכן שיעור האבן זיך די תלמידי הישיבה און מגידי שיעור מפלפל געווען מיטן ראש הישיבה א לענגערע צייט און גרונטליך מלבן געווען די סוגיא, דערנאך האבן די ראשי הישיבה ארויסבאגלייט דעם ראש הישיבה מיטן פאסיגן כבוד התורה.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page