top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרישע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" געעפנט אין קרית אתא בנשיאות כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א

  • sfbechatzros
  • 3 בספט׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 4 בספט׳

מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

ree

צום נייעם זמן הלימודים ראש חודש אלול, איז געעפנט געווארן בשעה טובה ומוצלחת די נייע ישיבה קטנה "עטרת משה מאקאווא" אין שטאט קרית אתא, וואס איז געעפנט געווארן בהדרכתו המלאה ובנשיאות כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועלכער באגלייט די ישיבה אויף א פערזענליכן פארנעם.


דעם פאריגן זונטאג דעם ערשטן טאג ראש חודש אלול, איז דער מאקאווער רב שליט"א אנגעקומען אינעם נייעם בנין הישיבה, צו זען פונדערנאנט די פראכטפולע היכל בית המדרש וואס מען האט צוגעגרייט פאר די בחורים, די שיעור צימערן און אלע אנדערע באדערפענישן.


צומארגנס מאנטאג איז דער רב שליט"א ווידער אנגעקומען בין כותלי הישיבה, א קורצע צייט פאר די בחורים זענען אנגעקומען צום מעמד פתיחת הזמן. דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט ביים בימה און מתפלל געווען א תפילה חרישית, איידער ער האט אנגעוואונטשן די חשוב'ע מגידי שיעור און דעם מנהל רוחני הרה"ג ר' מנחם פריעדמאן שליט"א פון חיפה.


שפעטער, נאך תפילת מנחה – די ערשטע תפילה מיט די בחורי הישיבה בצוותא חדא – איז דער מאקאווער רב שליט"א ווידער אנגעקומען צו באשיינען דעם מעמד פתיחת הישיבה. מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און הרה"ג ר' נפתלי שובאקס שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה. דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ ר' חיים מענדל לעמבערגער שליט"א, זון פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


אינעם הויכפונקט האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם רב שליט"א, וועלכע האט זיך באדאנקט פאר אלע עוסקים ומסייעים וועלכע האבן צושטאנד געברענגט רצון קדשו של אביו בעל עטרת משה ממאקאווא וואס האט קורצליך בעפאר זיין הסתלקות אויסגעדרוקט זיין שטרעבונג אויפצושטעלן און מייסד זיין א ישיבה אין קרית אתא, באזונדער האט דער רב שליט"א באדאנקט די נושאים בעול הגשמי בבחינת יששכר וזבולון און מסיים געוועהן מיט ברכת קדשו פאר אלע משתתפים. צום שלוס האט דער רב שליט"ט פארטיילט לעקעך פאר די בחורים און מגידי שיעור שליט"א.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page