top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: הגה"צ חו"פ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א רב אור הגנוז שפיטאליזירט

עודכן: לפני 3 שעות

מיטוואך פ' בא • כ"ט טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש


לקיים בנו חכמי ישראל: אידן איבער די וועלט ווערן געבעטן צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פון הגה"צ חו"פ רבי מרדכי שיינבערגער שליט"א רב פונעם יישוב אור הגנוז, וואס איז היינט אריינגענימען געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א ערנסטע לונגען אנטצינדונג און צוגאב צו א אינפעקציע וואס האט זיך ליידער צושפרייט פירנדיג צו זארג איבער זיין מצב הבריאות.


דער רב שליט"א איז שוין פאריגע וואך געוועהן שפיטאליזירט עטליכע טעג צוליב א שוואכקייט, און איז יעצט באנאכט אויפן ראט פון די דאקטוירים, ווידער אריינגענימען געווארן אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. כלל ישראל איז מתפלל על הצדיקים ועל זקני עמך בית ישראל מרן מרדכי בן שרה מאשע לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.

Comments


bottom of page