שמחת התורה אין קרית יואל ביים חגיגת "הכנסת ספר תורה" דורך הגה"צ אבד"ק אבני צדק שליט"א
- Bechatzros admin
- 20 במרץ
- זמן קריאה 2 דקות
דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט א רגש של שמחה האבן פילע הונדערטער תושבי קרית יואל, ובפרט תושבי שכונת עצי התמרים, מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם מעמד "הכנסת ספר תורה" וואס איז געשריבן געווארן דורך הגה"צ רבי חנוך העניך אשכנזי שליט"א מאלעסק רב דביהמ"ד אבני צדק אין קרית יואל, חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וועלכער האט געלאזט שרייבן א ספר תורה לזכרם פון זיינע געהויבענע עלטערן, אביו כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל, און די רעבעצין ע"ה, די ספר איז אריינגעגעבן געווארן זונטאג פורים המשולש צום ביהמ"ד אבני צדק במעמד קהל רב ועדה וואס האבן זיך צוזאמען מיטגעפרייט מיט די געהויבענע שמחה בשמחת התורה.
אין בעפארגרייטונג צום גרויסן מעמד הכנסת ספר תורה, זענען אין די לעצטע וואכן אפגעהאלטן געווארן עטליכע מעמדי "כתיבת האותיות". דער גמר "כתיבת האותיות" איז אפגעהאלטן געווארן מוצאי שב"ק ביים עריכת שולחן הטהור פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לכבוד שושן פורים אין ביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג, ווען בשעת די מעמד האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה. דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און מכבד געווען חתנו הגה"צ אב"ד אבני צדק שליט"א אריינצושרייבן די לעצטע אותיות, דער רבי האט דאן משמיע געווען דברות קודש איבער די שמחה פון כתיבת ספר תורה, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה מיט אן אש קודש, נאכן גולל זיין האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, און דערנאך מכבד געווען חתנו הגה"צ אב"ד אבני צדק שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה.
צומארגענס זונטאג, פורים המשולש, אין די מיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אין שטוב פון חתנו הגה"צ אב"ד אבני צדק שליט"א אויף די טשערנאביל גאס און אפגעראכטן א מסיבת לחיים, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים שליט"א, דער רבי האט געטרינקען א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד אבני צדק שליט"א , פאר אחיו האדמור"ים והרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בשירה וזמרה און געטאנצן מיטן ספר תורה אונטערן חופה.
שפעטער איז דער רבי אריבער צום ביהמ"ד אבני צדק בשעת די ריקודין און דארט אפגעראכטן די הקפות מיט די נייע ספר תורה, צוזאמען מיט חתנו חביבו דער רב שליט"א ובני המשפחה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
פארנאכטס האט דער רבי באשיינט די סעודה לגומרה של תורה אין די זאלן פון גינת קליין, וואו דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש איבער די שמחה פון הכנסת ספר תורה און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב, נאך די דברות קודש האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד נלהב אויפן אויבן אן וואס האט אנגעהאלטן א לענגערע וויילע.
































































תגובות