top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כמידי שנה בשנה: טאראנטא אידן מיטגעהאלטן שיינעם באזוך פון האד' מסקווירא מב"פ

  • Bechatzros admin
  • 23 בפבר׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 23 בפבר׳

זינטאג פ' תרומה • כ"ה שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט כבוד התורה האבן חסידישע אידן תושבי טאראנטא און חסידי וידידי סקווירא בפרט, מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט כ''ק אדמו"ר מסקווירא שליט''א פון בארא פארק וועלכער איז אנגעקומען אויף א באזוך אין עיר ואם ישראל טאראנטא און האט געפראוועט א געהויבענעם שבת בקרב העיר.


שוין קרוב צו פערציג יאר וואס דער סקווירא רבי שליט''א קומט יערליך פראווען א שבת אין דעם שטאט טאראנטא ווי דער טאטע די רבי זצ"ל פלעגט פארן יערליך מחזק זיין די ארטיגע עדה הקדושה.


דער רבינ'ס פליגער האט געלאנדעט אין טאראנטא פארלאפענעם דאנערשטאג יתרו פארנאכטס און דער רבי איז תיכף צוגעפארן צום אכסניא בבית משפחת קאפאלאוויטש הי"ו, ווי עס איז אפגעראכטן געווארן א מעמד קבלת פנים לכבודו.


אויף שבת זענען געקומען צו פארן א קבוצה חסידים פון בארא פארק, וועלכע האבן געמאכט דעם לאנגן אכט שעה'דיגע רייזע, מיטצוהאלטן דעם שבת בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א. די געסט זענען פלאצירט געווארן אין די אכסניות דורך די וועד האש"ל.


דורכאויס שבת האט דער רבי אפגעראכטן די תפלות און טישן אין ביהמ"ד יסודי התורה אין שטאט. פרייטאג צונאכטס איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש, בשעת ווען דאס ביהמ"ד איז געווען פול געפאקט מקצה אל קצה, באזונדער האבן זיך אנגעזען צענדליגע נגידים און פילאנטראפן פון שטאט, וועלכע זענען געזעצט געווארן בכבודם הראוי.


ביים טיש האבן זיך באטייליגט אלע רבני העיר: הגאון רבי יהושע פירער אב"ד באבוב טאראנטא, הגאון רבי אורי קויפמאן אב"ד אגודת ישראל, ראש ישיבת בית שמעי' און נאך. מוצאי שבת האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש פאר די ילדי תשב"ר וועלכע באטייליגן זיך ביים וועכענטליכן 'אבות ובנים' פראגראם.


דורכאויס די וואך האט זיך דער רבי אויפגעהאלטן בבית האכסניא, ווי פילצאליגע תושבי העיר זענען אריינגעקומען בקודש פנימה, מקבל צו זיין עצה ותושי'. מיטוואך נאכט האט זיך דער רבי צוריקגעקערט למעון קדשו אין בארא פארק.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page