top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פראנקפורט: האד' מלוצק איז מתפלל ביים ציון זקינו הרה"ק רבי ישראל 'הינוקא' מסטאלין זי"ע לקראת די הילולא

  • sfbechatzros
  • 19 בספט׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 21 בספט׳

פרייטאג פ' נצבים • כ''ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כ"ק האדמו"ר מלוצק שליט"א איז דעם מיטוואך אין די פארטאגס שעהן אפגעפלויגן קיין פראנקפורט אין דייטשלאנד וואו די רבי שליט"א האט פוקד געווען דעם ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי ישראל פון סטאלין זי"ע המכונה דער 'ינוקא' לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס דעם יו"ט ראש השנה און מקום מנוחתו איז אין דער שטאט פראנקפורט.


אנקומענדיג קיין פראנקפורט איז דער רבי צוגעפארן צום ארטיגן בית חב"ד וואו די רבי האט זיך צוזאמגעטראפן מיט צענדליגע חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון די אייראפעאישע שטעט אריינגערעכענט אנטווערפן, לאנדאן, און ציריך. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, און דערנאך איז די רבי ארויף צום ציון פונעם זיידן הרה"ק רבי ישראל מסטאלין זי"ע ווי די רבי האט צום ערשט מתפלל געווען ביחידות א תפילה חרישת, דערנאך האט מען געזאגט תהילים ברוב עם און די רבי האט גענומען קוויטלעך פון די חסידים, א לענגערע וויילע להיפקד בדבר ישועה ורחמים.


ree
ree
ree

תגובות


bottom of page