top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יומא אריכתא • ברייטע דעקונג פון ל"ג בעומר בחצר הקודש תולדות אהרן

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 28 במאי 2024
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' בחוקותי • כ' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: צבי בלום און איציק ו.


מיט התרוממות הנפש האבן אלפי חסידי תולדות אהרן מיטגעהאלטן דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר בצלא קדישא פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, אנגעהויבן מוצאי שבת נאך הבדלה ווען די רבי שליט"א האט אנגעצינדן די ערשטע הדלקה אין ירושלים כמנהגו ווי יאר יערליך בליל ל"ג בעומר, צומארגנס זונטאג צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית צוזאמען מיט כל קהלא קדישא, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמדי החאלאקע'ס בשירה וזמרה. נאכמיטאג בעת נעילת שער פונעם גרויסן טאג ל"ג בעומר האט די רבי שליט"א ווידער אפגעראכטן די הדלקה כמימים ימימה בעיצומו של יום, וואס די רבי פלעג בימים כתיקונם אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון. נאכן מעמד ההדלקה בחצר בית המדרש הגדול אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים, איז די רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור אין גרויסן ביהמ''ד בתופים ובמחולות, ווי מען האט זיך פאר לענגערע שעה'ן משמח געוועהן בשמחתו של רשב"י.


שפעט באנאכט מוצאי ל"ג בעומר האט זיך די רבי שליט"א ארויס געלאזט קיין אתרא קדישא מירון און דארט אנגעצינדן די מדורת אש, מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה, ולילה כיום יאיר.


ווי נאר די ידיעה האט זיך צושפרייט צווישן די חסידים אז די רבי גרייט זיך ארויסצופארן קיין מירון, האבן זיך עטליכע הונדערט אינגעלייט ארויסגעלאזט מיט באסעס פון ירושלים. די רבי איז אנגעקומען קיין מירון אין די שפעטע נאכט שעות ארום 4:00 פארטאגס, נאך א קורצע הספקה איז די רבי אנגעקומען אויפן דאך פונעם ציון הק', די רבי שליט"א האט געגאסן אויל, און בעת דער ציבור האט פייערדיג געזינגן "לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי" האט דער רבי שליט"א אנגעצינדן דעם מדורת אש. מען האט דאן געזינגען די פזמונים און ניגוני ל"ג בעומר, ביזן עלות השחר ווען די רבי האט געהייסן אויסלעשן די מוזיק און מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין אן מוזיק א לענגערע צייט.


די רבי שליט"א איז פארבליבן אין אתרא קדישא מירון און געדאווענט שחרית ביים ציון הק', נאכן דאווענען איז די רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין עיה"ק צפת וואו די רבי וועט וויילן די קומענדיגע וואך אויף אפרוה, בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' יצחק משה יאגודה הי"ו.



ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page