top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעצטע הכנות צום הילולא קדישא כ"א אדר אין ליזענסק | בילדער גאלעריע

  • Bechatzros admin
  • 20 במרץ
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 21 ביולי

דאנשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט האבן זיך אין די טעג ארויסגעלאזט אויף די וועגן קיין פוילן, מיט'ן ציל אנצוקומען קיין ליזענסק, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, וועמענס יומא דהילולא עס געפאלט אויס דער וואך כ"א אדר ווען דאס שטעטל ליזענסק וועט פארוואנדעלט ווערן ווי א מעין קיבוץ גליות פון די פילע צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטון און קרייזן, וועלכע קומען ספעציעל צו פארן פוקד צו זיין דעם ציון הק' און איינצורייסן אויף ישועות ורפואות בזכות הצדיק.


כמידי שנה בשנה וועלן טויזנטער אידן אויסנוצן די געלעגענהייט פוקד צו זיין דעם הייליגן ציון הק' אין די שטאט ליזענסק. היי-יאר ווען די הילולא געפאלט אויס אום פרייטאג, וועלן אסאך אידן אויך פארבלייבן אויף שבת אין ליזענסק, אדער אויף אנדערע מקומות הקדושים, בעת אנדערע האבן אויסגעשטעלט די נסיעות צו פָארן און קומען נאך פאר שבת.


אין ליזענסק גופא זענען די עסקנים העכסט טעטיג צו ענטפאנגן די טויזנטער אידן וועלכע קומען פריש אן יעדע וויילע. די בארימטע "לעלובער הכנסת אורחים" מיסודו פון כ"ק אדמו"ר רבי שמעון נתן נטע מלעלוב זצוק"ל, שוין עטליכע וואכן אקטיוו אנצוגרייטן די פילע טאנען מיט עסן, ווי אויך די טויזנטער בעטן און אנדערע איינריכטונגען, באגלייט מיט די געניטע פלאנירונג און לאגיסטיקס פון די בארימטע "טיפ" פראדאקשאן.

אויך איבער דער גארער וועלט, וואו עס וואוינען נאר חסיד'ישע אידן וועלן במשך דעם יום ההילולא געּפרַאוועט ווערן סעודות הילולא לכבוד די הילולא קדישא, וואו מען וועט פארברענגן מיט סיפורי צדיקים ובמשנתו פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page