ראש ישיבת געיטסהעד: ערליכע אידן וועלן מוזן פארלאזן ענגלאנד אין פאל גזירת הישיבות גייט אריבער
- Bechatzros admin
- 24 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' תרומה • כ"ו שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין ליכט פון די ביטערע גזירת החינוך וואס הויערט אויף די ישיבות קטנות אין ענגלאנד, ווען די רעגירונג פלאנט איינצושטעלן אזעלכע סארט לימודים און פארשריפטן וואס איז נגד התורה והיהדות היל"ת, איז ערשינען א היסטארישער בריוו פון הגאון האדיר רבי אברהם גורביץ שליט"א ראש ישיבת געיטסהעד, ווי דער ראש ישיבה פראקלאמירט, אז אויב די גזירה וועט חלילה אריינגיין אין קראפט, וועלן היימישע אידן מוזן אנטלויפן פון ענגלאנד.
דער בריוו פונעם ראש הישיבה קומט נאכדעם וואס די גזירת הישיבות איז שוין אריבער די ערשטע צוויי אפשטימונגען אינעם בריטישן פארלעמענט. וואו דער ראש הישיבה שרייבט אז אין ליכט פון די פרישע 'סקול ביל' געזעץ וואס איז נגד התורה והיהדות און וועט פאראוממעגליכן צו קענען פארזעצן מיטן ערליכן חינוך מיט וואס די ישיבות קטנות זענען באקאנט ביז צום היינטיגן טאג - וועט נישט זיין קיין ברירה, נאר ארויסצוגיין אין גלות און פארלאזן ענגלאנד צו מער א פארזיכערטע פלאץ, ווי עס איז ערלויבט צו פראקטעצירן אידישקייט מיטן ערליכן חינוך המסורה לנו מדור דור.
וואו דער ראש הישיבה שרייבט דרויערט א גזירת גירוש אויף יהדות ענגלאנד, "חוק שיחייב כל מי שיש לו בנים או בנות בגיל החינוך לעקור דירתו ממדינה זו למדינה אחרת המאפשרת חינוך לפי המסורה מדור דור, דבר שיש לדאוג שלא כל אחד יעמוד בנסיון". דער ראש ישיבה ענדיגט צו דעם בריוו איבער דעם חיוב תפלה וואס ליגט אויף יעדן איינעם אין אזא גורל'דיגע צייט: "חוב קדוש להתפלל להקב"ה ולהשתדל בכל היכולת למען הסכנה, והבא לטהר מסעיין אותו".

תגובות