top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

"התגרות באומות" | שארפע דברי מחאה פון האד' מסאטמאר קעגן אגודת ישראל ד'אמעריקא

דינסטאג פ' שופטים - כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות


גאר שארפע דברי מחאה זענען געהערט געווארן דעם זינטאג כ"ו אב, ביי די סעודת יומא דהילולא קדישה דורך כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א וואו די רבי האט גאר שארף מוחה געווען קעגן די אמעריקאנער אגודת ישראל, וועלכע האבן נישט לאנג צוריק ארויסגעגעבן א סטעיטמענט צו פארשרייען אמעריקאנער רעגירונג לייט, נעמליך פרעזידענט ביידען, פאר זיך אריינמישן אין די מדינת ישראל יורידישע רעפארם פארזוכן. דער רבי שליט"א האט פארשריגן די התגרות באומות, ווי אויך דאס וואס מ'שטעלט זיך צוזאם און מ'גיט חיזוק פאר די ממשלת הכופרים די נתניהו רעגירונג, בעת ווען עס קומט צו אידישקייט פאלט נישט ביי פאר די אגודה ארויסצורעדן.


ווי עס איז באקאנט, קומט איצט פאר א קאמף אינערהאלב מדינת ישראל איבער וואס די עקסטרעם רעכטע רעגירונג וויל טוישן דעם יורידישן סיסטעם, אז זיי זאל נישט קענען פסל'ען קיין געזעצן וואס ווערן דורכגעפירט דורך די כנסת המינים. די רעפארמען ווערן שטארק געשטיצט דורך די מתנחלים, בעת עס רופט שטורעמישע פראטעסטן איבער גאנץ לאנד. פרעזידענט ביידען און אנדערע רעגירונג פירער האבן גענומען שטעלונגען דערקעגן.


אין א סטעיטמענט ארויסגעגעבן פאריגע וואך, האט די אמעריקאנער אגודה זיך געלאזט הערן אז כאטש זיי נעמען נישט קיין שטעלונג איבער די יורידישע רעפארמען, טיילן זיי יא איין פאר די פאראייניגטע שטאטן וואס צו טאן, נעמליך: "אמעריקאנער געזעצגעבער און אנדערע רעגירונג באאמטע, בעת זיי זענען בארעכטיגט פאר זייערע מיינונגען, זאלן נישט זוכן צו נוצן זייערע פאזיציעס פון מאכט זיך צו מישן אין די אינערליכע אנגעלעגנהייטן פון אן אנדערע זעלבסטשטענדיגע דעמאקראטישע לענדער. וועלכע פארעם, אויב סיי וועלכע, יורידישע רעפארם איזראעל זאל נעמען, איז אן אנגעלעגנהייט פאר זיי אליין צו באשטימען, דורך די מדינת ישראל דעמאקראטישע פראצעדור."


ווייטער לויטעט די סטעיטמענט אז: "די פאראייניגטע שטאטן וואלט מיט רעכט אפגעווארפן אן אנדערן לאנד'ס פארזוכן צו באאיינפלוסן אונזער אינערליכע פאליטישע אנגעלעגנהייטן. קאנגרעס מיטגלידער און אנדערע רעגירונג באאמטע זאלן דאס באטראכטן, און זאלן לאזן איזראעלישע אישוס צו איזראעליס."


בעת זיי האבן זיך צוריקגעהאלטן פון רופן דעם פרעזידענט ביים נאמען, פארשטייט יעדער וואס פאלגט נאך די נייעס אז די סטעיטמענט איז געצילט קעגן פרעזידענט ביידען און זיין רעגירונג. דער רבי האט ארויסגעברענגט אז ליידער זעהט מען אז די אגודה ווערט ממש איינס פון די רעגירונג, און קומט ארויס מיט אזא התגרות און מרידה באומות, און זיך אננעמען פאר די זעלבסטשטענדיקייט פון די מלכות הרשעה.


"די אלע וואס האבן זיך מצרף געווען צו די ממשלה דארטן, איז א בחינה, כדי זיי זאלן קענען ארויסברענגען די מרידה במלכות שמים, די מרידה באומות, און ס'זאל נאך באקומען א פנים כאילו אז דאס איז די דרך התורה, ערליכע אידן וואס זענען שומרי תורה ומצוות, זיי זענען די וואס זיי מאכן די מרידה במלכות שמים און די מרידה באומות, דאס איז א געוואלדיגע חילול השם.


"ס'איז א חרפה און א בושה'' האט די רבי אויסגעשריגן, די אגודת ישראל, וואס האט קיינמאל נישט געשפירט ריכטיג צו נעמען א שטעלונג איבער קיין שום גזירה פון די מדינה, און ארויס צו קומען מוחה זיין, אבער פאר די פאליטיק פון מדינת ישראל, האבן זיי געשפירט וויכטיג ארויס צו קומען ברבים, ס'איז א בחינה פון על כבודי לא מחיתם, אבער אויף די כבוד פון פושעים פון ממשלת הרשעה דארף מען ארויס קומען צו נעמען א שטעלונג, דאס געבט חיזוק פאר די פושעים, און זיי מאכן אויס קוקן כאילו אלע ערליכע אידן, אידן יראים ושלמים זענען בדעה אחת מיט די אלע וואס זענען מורד במלכות שמים, און זיי מאכן די מרידה באומות."

bottom of page