top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בעלזא קהילה אין נייע חרדישע ישוב אין וועסטקליף ענגלאנד געלשאסן מקח אויף געביידע פאר ישיבה לצעירים

דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


חסידי בעלזא אין די נייע חסידישע ישוב אין וועסטקליף ענגלאנד, האבן מיט פריידיגע געפילן ערהאלטן די בשורה מרנינה איבער די הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די יעצטיגע טעג האט מען אונטערגעשריבן קאנטראקט אויף א גרויסע בנין אין צענטער פון שטאט, וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פאר די נייע ישיבה לצעירים דחסידי בעלזא אין שטאט.


די חסידישע ישוב אין וועסטקליף, וואס געפונט זיך בערך א שעה צו פארן פון די חרדישע סטעמפארד הילל געגנט אין לאנדאן, איז אין די לעצטע פאר יאר גאר שטארק געוואקסן אויף א בליענדן פארנעם, אין ליכט פון די שרעקליכע דירות קריזיס אין שטאט לאנדאן, און די נויט פון חסידישע אינגעלייט זיך צו האלטן אינאיינעם אין א ווארעמע אטמאספערע.


היינט צוטאגס איז שוין פארהאן א שיינע קיבוץ חסידישע אינגעלייט אין וועסטקליף, וואס ציילט שוין צענדליגער משפחות, אלס רב הקהילה דינט הרה"ג ר' אברהם שמחה בריעף שליט"א, און א באדייטענדע ציבור תושבי השכונה צייכענען זיך אלס בעלזא חסידים.


אין די יעצטיגע טעג האט מען מיט גרויס סייעתא דשמיא צוגעטרעטן צו די ערשטע פאזע אוועקצושטעלן א ישיבה לצעירים פאר די בחורי הקהילה, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א האט מען געשלאסן קאנטראקט אויף א שיינע גרויסע בנין אין צענטער פון וועסטקליף אויף די נארטוויאו גאס, וואו מען האפט בקרוב ממש צו פארענדיגן דעם מקח, און קענען דארט גרינדן די נייע ישיבה לצעירים דחסידי בעלזא, לשמחת לב די הונדערטער תושבי העיר.

bottom of page