top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט אין מחנה שערי יושר לרגל א ברית ביי איינע פון די חסידים

דינסטאג פ' ואתחנן - ז' אב תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א איז נעכטן אין די פארמיטאג שעהן אנגעקומען אויף א באזוך אין מחנה שערי יושר אין וואודבארא אין די קעטסקילס ווי די רבי האט געדינט אלס סנדק ביי די ברית פון אן אייניקל ביי הגה''צ רבי אברהם חיים שטיינווארצל אב''ד מטה אפרים וראש ישיבת שערי יושב, בן הנולד לחתנו הרב יואל ווייס בן הגה''צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ''ץ סאטמאר אנטווערפען. נאכן ברית האט די רבי שליט''א אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד די שמחה אין אנגעווינטשן די בעלי השמחה. דערנאך זענען די הונדערטער תלמידי הישיבה פאראיבער ביים רבי'ן וואונטשן לחיים, אין דער ראש ישיבה האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביותרת הכבוד. אויפן וועג ארויס האט דער ראש ישיבה צוגעוויזן פארן רבי'ן די בוי ארבעט ביי די נייע מקוה טהרה אינעם מחנה אין די רבי האט מאציל געוועהן מברכת קדשו.















bottom of page