top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרימותי בחור מעם • האד' מתולדות אהרן פראוועט ערשטמאליגע שבת מיט די תלמידי הישיבות אין אלעד

דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


א הערליכע שבת איז פאראיבער אויף די הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי תולדות אהרן ווען נשיא הישיבות כ''ק האדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א האט געפראוועט דעם שבת פ' שלח אין ארץ ישראל א דערהויבענעם שבת בין כותלי הישיבה אינעם קרית הישיבות אין אלעד אין מאציל געוועהן מהודו פאר די טייערע בחורי חמד און די הונדערטער איינוואוינער אין שטאט.


ווי ברייט באקאנט האט דער תולדות אהרן רבי ארויסגעפירט די ישיבה מחוץ לעיר, וועלנדיג אוועקשטעלן א ריכטיגע אכסניא של תורה ווי די בחורים זאלן שטייגן בתורה וביראה ווייט אוועק פון די רוישיגע שטאטישע גאסן. נאך א לענגערע בוי פראיעקט צו פארענדיגן דעם הערליכן בנין הישיבה אין שטאט אלעד, האט זיך די ישיבה אריבערגעצויגן דעם אנהייב שנת הלימודים צום נייעם בנין, אריינברענגענדיג א פרישע התחדשות צווישן אלע תלמידי הישיבה.


אצינד נאך מערערע הפצרות האט די רבי שליט"א נעתר געווען לבקשת התלמידים צו קומען פירן א שבת אין די ישיבה, אין די רבי האט דער וואך צום ערשטן אפגעראכטן א שבת אין שטאט, מיוחד מיט די תלמידי הישיבה וועלכע האבן מיטגעהאלטן די תפילות אין לעכטיגע טישן במחיצתו פונעם רבין שליט''א.


























Komentar


bottom of page