שמחה של מצוה: זעלטן היסטארישער מעמד "פטר חמור" אפגעראכטן דורך האד' מסאטמאר במעמד אלפי ישראל
- Bechatzros admin
- 21 באפר׳
- זמן קריאה 6 דקות
עודכן: 22 באפר׳
מאנטאג פרשת שמיני • כ"ג ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין, אייזיק. י
מיט א שמחה של מצוה האבן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר פארגאנגענעם דאנערשטאג חול המועד פסח מיטגעהאלטן דעם היסטארישן מעמד "פדיון פטר חמור" ווען דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האט ברבים מקיים געוועהן די גרויסע זעלטענע מצוה פון "פדיון פטר חמור", זייענדיג דערביי די געלעגענהייט פאר'ן גאנצן ציבור מיטצוהאלטן די געהויבענע מאמענטן פון קיום המצוה וואס קומט זעלטן אויס מקיים צו זיין.
ביי חסידי סאטמאר האט מען שוין א לאנגע צייט געהערט איבער די מעגליכקייט אז דער רבי שליט"א וועט מקיים זיין די מצוה פון פטר חמור, און שוין עטליכע יאר צוריק האט דער רבי שליט"א באאויפטראגט די חשוב'ע עסקנים, אז מען זאל זען אפצוקויפן בשליחותו עטליכע חמורים, האפענדיג אז ס'וועט זיין א מצוה הבא לידו, צו קענען מקיים זיין די מצוה פון פטר חמור, מיטן ציל אַַריינצוברענגען ביים ציבור דעם גייסט פון חביבות המצוה, און גלייכצייטיג מרחיב צו זיין די ידיעות ביים ציבור איבער די מצוה וואס מען זאגט דאס יעדן טאג, אבער מ'ווייסט כמעט נישט קיין פרטים ארום די מצוה, טאקע צוליב דעם ווייל עס קומט כמעט נישט אויס אז מען זאל עס מקיים זיין.
אין די וואכן בעפאר פסח איז געקומען די ידיעה אז ס'איז ב"ה אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו קענען מקיים זיין די מצוה, ווען ביי איינס פון די אייזלען וואס איז אונטער דער פערזענליכער אייגנטום פון רבי'ן שליט"א, איז געבוירן געווארן א חמור א זכר, א קורצע צייט דערויף איז געבוירן נאך א חמור א זכור ביי איינע פון די אייזלען, און עס איז באשטימט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א אז דער דאפעלטער מעמד 'פדיון פטר חמור' וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן ברוב עם הדרת מלך, אין די ימי חג הפסח.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן אום 4:00 נאכמיטאג, ווען דער היכל ביהמ"ד הגדול און אלע היכלות זענען געווארן מלא על גדותיו מיט די טויזנטער חסידים, וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע ארומיגע געגנטער מיטצולעבן די זעלטענע מצוה.
צום באשטימטער צייט איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד הגדול, צום ערשט איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז אריינגעקומען אויף א באזוך די כהן המיוחס כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, וואו עס איז געשאפן געווארן א שיינע שמועס בעניני פדיון פטר חמור און עניני חג הפסח. קורצליך דערויף איז דער רבי אריינגעקומען צום מעמד בהיכל ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד של שמחה.
דער מעמד איז געוועהן באגלייט מיט פאסיגע ניגונים, ניגוני דביקות און ניגוני שמחה, פארגעזינגען דורך די משוררים פון די סאטמארער קאפעליע.
נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש המעמד הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני ק"ק סאטמאר וויליאמסבורג וועלכע האט פארגעשטעלט פארן ציבור די סדר המעמד ופדיון והלכותיה.
דערנאך האט מען מכבד געוועהן דער כהן הפודה הגה"צ רבי בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא בארא פארק אויפצוטרעטן לכבוד העם הנאספים, דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון מקיים זיין מצות פדיון פטר חמור און באדאנקט דעם רבי'ן שליט"א פארן מכבד זיין צו דינען אלס כהן הפודה, דער רב האט דערציילט פון זיינע זכרונות פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר רבי'ן שליט"א און פארן עדה הקדושה.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען אידישע ניגונים בעניני ביאת המשיח פארגעזינגען דורך הרה"ח ר' מרדכי וואלף לאנדא הי"ו מראשי המשוררים בחצר הקודש באבוב, ווען בשעת די ניגונים האט מען מיט גרויס כבוד מקבל פנים געוועהן דער כהנא רבא כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א.
דער רבי שליט"א האט דאן געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן די רבנים הגאונים שליט"א און כל הקהל הקודש, און משמיע געווען דב"ק, בראשית דבריו האט דער רבי ווארעם באגריסט די צוויי חשוב'ע כהנים הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און זיי אנגעוואונטשן ברכות לרוב, דער רבי האט דערמאנט די שמחה אז בהאי יומא ג' דחוה"מ פסח בשנת תשכ"ח האט ער זוכה געוועהן מקיים צו זיין די רישא דקרא וואס מ'האט היינט געליינט 'וכל בכור בניך תפדה' ביים פדיון הבן פון בנו בכורו הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, און היינט איז מען מקיים די צווייטע חלק 'וכל פטר חמור תפדה בשה' און מען האפט אז בקרוב זאל מען קענען מקיים זיין די סיפא דקרא 'ולא יראה פני ריקם'.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געוועהן מיט לענגערע דברי אגדה בעניני מכת בכורות ביי יציאת מצרים און פון פדיון פטר חמור, אויף פארשידענע אופנים און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט ובפרט צו מען קען מקיים זיין צוויי מאל די מצוה, דער רבי האט ווייטער ארומגערעט דברי חיזוק והדרכה, מיטן לימוד זיך ארויסצולערנען פון די מצוה צו זיין אפגעזינדערט פון די גוים, עס זאל זיין א הבדלה גמורה בין ישראל לעמים. דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו זאגענדיג אז די מצוה איז משפיע גרויסע השפעות טובות פארן גאנצן ציבור וואס האט זיך מיטגעפרייט בשמחה של מצוה און אנגעוואונטשן מען זאל בקרוב זוכה זיין צו קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה בביאת המשיח בב"א.
מען האט דאן אריינגעברענגט די צוויי אייזלען און די צוויי שעפעלעך מלכות'דיג באצירט כנהוג, און עס אראפגעלייגט אויפן ספעציעלן בימה פארנט פונעם בימת הכבוד. מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד, מיט שיינע ענינים בגודל המצוה.
דערויף האט דער רבי צוגעטרעטן צום עצם מצות פדיון פטר חמור, דער רבי האט צום ערשט אפגעקויפט די שעפעלע פון הנגיד החסיד ר' מאיר הירש הי"ו פרעזידענט דקהל יטב לב, מיט קנין כסף און קנין הגבהה, דערנאך איז דער רבי ארויס פון ביהמ"ד און אנגעטוהן א נייע בעקיטשע צו קענען מאכן א ברכת שהחיינו לויט אלע שיטות, דער רבי איז צוריק אריינגעקומען, געזאגט די לשם יחוד, איבערגענומען די שעפעלע און געמאכט די ברכה 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על פדיון פטר חמור' בהתלהבות אש קודש וואס האט אפגעדינערט אינעם גאנצן היכל, דערנאך האט דער רבי געמאכט א ברכת שהחיינו בקול חוצב להבות אש, און איבערגעגעבן די שה פארן כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע איז געזיצן כנהוג. דער רבי האט דאן פודה געווען די חמור מיט שקלים יוצא צו זיין אלע שיטות אויב די שה קומט אויס טריפה נאכן שחט'ן, הנגיד החסיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן די געלט פארן רבי'ן שליט"א און דער רבי האט עס איבערגעגעבן פארן כהן הפודה, דערנאך האט דער כהן כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א געמאכט א בורא פרי הגפן כנהוג און אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א. ספאנטאן האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ ברשפי אש ובשמחה של מצוה פאר א לענגערע וויילע.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א איבערצוגעבן דברי ברכה און דער סערדאהעלי רב האט געבענטשט דעם גאנצן ציבור מיט ברכת כהנים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז דער רבי זאל בקרוב זוכה זיין אונז צו פירן אנטקעגן משיח צדקינו און זאל קענען מקיים זיין אלע כ"ד מתנות כהונה. דערנאך האט דער רבי אפגעקויפט די צווייטע שה פון הרה"ח ר' אלעזר קליינבערגער הי"ו פארן צווייטן פדיון פטר חמור מיט קנין כסף און קנין הגבהה, כמעשהו בראשונה האט דער רבי געטוישט א בעקיטשע פאר די צווייטע ברכת שהחיינו און צו מאכן א הפסק צווישן איין פדיון און די צווייטע, לויט די הוראה פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א צו יוצא זיין אלע שיטות.
ביים אריינקומען האט דער רבי געזאגט די לשם יחוד, דער כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א האט געבעטן אז דער רבי שליט"א זאל אים מוצא זיין מיט די ברכת שהחיינו. דער רבי האט געמאכט די ברכה, נוסח, און ברכת שהחיינו בהתלהבות אש און איבערגעגעבן די שה פארן צווייטן כהן הפודה הגה"צ אבד"ק נייטרא בארא פארק שליט"א.
הרב החסיד ר' משה אהרן קעסטנבוים הי"ו איז מכובד געווארן איבערצוגעבן דאס געלט, און דער רבי האט איבערגעגעבן די שקלים פארן כהן הפודה אזוי ווי ביים ערשטן פדיון, דערנאך האט הגה"צ אבד"ק נייטרא שליט"א געמאכט א ברכת בורא פרי הגפן כנהוג און אנגעוואונטשן דעם רבי'ן שליט"א, דערנאך האט דער נייטרא רב שליט"א משמיע געווען קורצע דברי ברכה ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון ברכת כהנים און געבענטשט דעם ציבור האלפים מיט ברכת כהנים, דער ציבור האט דערביי אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ וואס האט אנגעהאלטן פאר נאנט צו א האלבע שעה, בעת דער רבי שליט"א איז זעלבסט פארקאכט אין די ריקודין נלהבים, שש ושמח לעשות רצון קונו.
ביים ענדיגן האט דער רבי געוואונטשן 'א גוטן מועד' און אנגעוואונטשן אז די מצוה זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם כל מילי דמיטב תמיד. אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי שטארק באדאנקט פאר די חשובע עסקנים וועלכע האבן געהאלפן צו קענען צושטאנד ברענגען די מעמד און מקיים זיין אזא זעלטענע מצוה ובפרט פאר הרה"ג ר' ברוך שטערן שליט"א און הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א וועלכע האבן אויסגעארבעט די גאנצע סדר המעמד ופדיון בכל פרטיה, און פאר די עסקנים וועלכע האבן צוגעשטעלט אלע טעכנישע און לאגיסטישע חלקים פונעם מעמד.






































































































































תגובות