top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דעת תורה: אסיפה נחוצה צווישן האד' מגור און גדולי ראשי הישיבות אנבאלאנגט גזירת גיוס העומד על הפרק

עודכן: 23 במרץ

זונטאג פ' פקודי • כ''ג אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א זעלטן היסטארישע אסיפה נחוצה איז היינט אפגעהאלטן געווארן במעונו פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דורכצושמועסן די חובת השעה בענינים העומדים ברומו של עולם , אין די יעצטיגע גורל'דיגע תקופה מיטן שווערן גזירת הגיוס וואס הויערט איבער די קעפ פון צענדליגער טויזנטער בני הישיבות וכוללים אין ארץ ישראל.


די אסיפה איז אנגעפירט געווארן אין שפיץ פון די מנהיגי עולם התורה, די ראשי ישיבת סלאבאדקא הגאון רבי דוב לאנדא און הגאון רבי משה הלל הירש, אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וואס איז ספעציעל ארויסגעפארן קיין בני ברק זיך צו טרעפן מיט די גדולי ראשי הישיבות. ביים אסיפה זענען אויך געוועהן אנוועזנד דעם רבינס זוהן הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א און העסקן הרב דוד שפירא פון די נאנטע מקורבים ביים סלאבאדקע ראש הישיבה.


אין א גאר ערנסטע שטימונג האט מען באהאנדלט דעם שווערן מצב, און דער ריכטיגער אפעקטיווער מהלך און לעזונג צו די ביטערע צרה וואס איז נוגע דעם גאנצן יהדות החרדית אין ארץ ישראל, נאכדעם וואס עטליכע פון די גדולי ישראל חברי מועצת גדולי התורה האבן פארגעשלאגן א מהלך צו שטעלן אן "אולטימאטום", א דעדליין ביז יו"ט שבועות, פאר די רעגירונג אויפצוקומען מיט א חק וואס שטעלט צופרידן דעם חרדי'שן ציבור, און אז נישט וועט מען ארויסגיין פון די קאאליציע און דערמיט אומווארפן די רעגירונג.


דער ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל שליט"א האט דערציילט איבער זיין געשפרעך מיטן פרעמיער מיניסטער נתניהו היינטיגן זונטאג, און מוסיף געוועהן אז ער זעהט נישט וויאזוי די רעגירונג זאל קענען נאכקומען די דעדליין פון יום טוב שבועות.


נאך א לענגערע דין ודברים, זענען די גדולי ישראל געקומען צום החלטה, אז די פאראייניגטע יהדות התורה פארטיי וועט די וואך שטימען פארן רעגירונגס בודזשעט, און גלייכצייטיג קלארשטערן פאר נתניהו - בעל פה - אז אויב קומט מען נישט אויף מיט א חוק הגיוס ביז קומענדיגן יום טוב שבועות, וועט דאס יהדות התורה קערפערשאפט, ארויסגיין פון די קאאליציע.


די החלטה איז אויך איבערגעשמועסט געווארן מיט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער האט די נאכט געשיקט א שליח מיוחד צום סלאבאדקע ראש הישיבה הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א און געגעבן זיין פולסטן הסכמה צו דעם מהלך.


נאכן אסיפה וואס האט זיך פארצויגן ארום צוואנציג מינוט האבן זיך די גדולי ישראל געזעגענט איש את רעהו לשלום און דער ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם גערער רבי'ן שליט"א ביז צום קאר, ונפרדו לשלום.


אבינו מלכינו בטל מעלינו כל גזירות קשות ורעות, אבינו מלכנו בטל מחשבות שונאינו



Comments


bottom of page