קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- Bechatzros admin
- 9 באפר׳
- זמן קריאה 5 דקות
עודכן: 10 באפר׳

מיטוואך פ' צו • י''א ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש
טייל פון פרעזידענט סטריט די גאס וואו כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זצ"ל האט געוואוינט פאר לאנגע יארן געטוישט צו ׳ליובאוויטשער רבי וועי׳.

הרב שמואל טייטלבוים משב"ק האדמו"ר מסאטמאר ביים זיך ארומקוקן אויף די עבודת הקודש אין די סאטמארער מצה בעקעריי ביים באקן די מצות פאר די סדרים ביים רבי'ן שליט"א וואו עס וועלן מסיב זיין די חתנים ובני משפחת המלוכה.

ביים סעודת הילולא פונעם הייליגן אפטא רב זי"ע בחצר הקודש קאפיטשניץ, מערקט קרישקעס בנש"ק הרב ישראל אברהם ברייאר הי"ו איינציגע ברודער פון האדמו"ר מבאיאן.

אייגנארטיג בילד פון הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אב"ד היכל התפילה ביים בודק זיין די הענט פון א חשש חמץ, כמנהג ישראל בעפאר מצות באקן.

די הקדשה פון האדמו"ר מבעלזא אינעם הגדה של פסח וואס דער רבי האט געשאנקן פאר מקורבו העסקן הרב ישראל אייכלער לכבוד זיין 70'סטע יום הולדת די וואך, באגלייט מיט ווארעמע ברכות.

האדמו"ר מדושינסקיא ביים משמש זיין דעם פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א ביים באזוך במעון קדשו נאכן יערליכן דרשת שבת הגדול אין ביהמ"ד הגדול דושינסקיא.

שיין בילד פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי בן האדמו''ר מסקווירא אינאיינעם מיט הגה"צ רבי יחיאל מיכל שטיינמעץ דומ"ץ סקווירא בארא פארק ביים אויפמישן די ספר תורה צו פרשת השבוע ביים הכנסת ספר תורה צום זיבעצן שטיבל דחסידי סקווירא אין בארא פארק.

ככלות ימי השבעה נאך די טראגישע עקסידענט אין פלעטבוש וואס האט ליידער געקאסט דאס לעבן פון א מוטער און צוויי טעכטער פון די סעדה משפחה אין פלעטבוש האט זיך מרן פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות פארבינדן טעלעפאניש מיט הנגיד ר' סידני סעדה הי"ו וואו דער גאון האט איהם מחזק געוועהן מיט טרעפליכע חיזוק רייד אויף די ענגלישע שפראך.
נאסטאלגיע: הרה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב בשנות צעירתו אלס יונגערמאן, ביים איבערגעבן א שיחת חיזוק פאר ברסלובער בחורים.
הגאון ר' פנחס פרידמאן ראש הכוללים דבעלזא - פיליעריגער חברותא פון האדמו"ר מבעלזא בקודש פנימה ביי האדמו"ר מסאטמאר מיטן נייעם הגדה של פסח בשבילי פנחס וואס ער האט מוציא געוועהן לאור עולם לכבוד יום טוב פסח.

האד' מניקלשבורג בענטשט צוויי בחורים'ליך אייניקלעך פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, דעם מוצאי שבת אין כלל ישראל'ס שוהן אין וואדבערן.

עבדי אבות - מתורתן של בנים: הרה"צ ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם שליט"א באדינט אביו האדמו"ר מבאבוב בעת שמחת הבר מצוה לבנו.

דער מגיד נפלא הרה"ג ר' אלעזר ניסן רובין שליט"א מגי"ד בק"ק צאנז קלויזנבורג האט קרישקעס באמערקט מעיין זיין אין די נייע הגדות וועלכע זענען ערשינען צום יו''ט פסח.

האד' מצאנז קלויזנבורג ביים אנוואונטשן דעם געטרייען משב"ק הרה"ח ר' מנחם מאיר שווארטץ הי"ו נאך א ברית פון זיינס אן אייניקל.

דער משמח אלוקים ואנשים ר' אבא ווינקלער איז מקבל ברכת קדשו פון האד' מניקלשבורג בארא פארק בעת שמחתו די וואך.

האדמו"ר מרימינוב פארלאזט די פאפא צעהלים מצה בעקעריי נאכן באקן די מצות לקראת חג הפסח.

מרן פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות ביים מעמד חלוקה דורך כולל שמורי החומות לקראת יום טוב פסח, ווען דער גאון שליט"א האט מיט א קוועטש אויפן קאמפיוטער אויטאראזירט דעם טראזעקשן פון כמעט 2 מיליאן דאלער
גראד אריין צו צען טויזענעט באנק קאנטעס און לעכטיג געמאכט אזויפיל טויזענטער שטובער.

די זעלטענע מידת הסבלנות פונעם ראש הישיבה הגאון רבי שאול אלתר, ווען ר' אהרן בוימל הנקרא בלשון חיבה בארדיטשובער רבי האט אנגעקלאפט אויף זיין טיר, און דערביי איהם מזכה געוועהן מיטן מצוות היום פון קמחא דפסחא.
דער אלעמען באקאנטער יצחק פעלדמאן טוט אונטערהאלטן דעם עולם ביים מסיבת יום הולדת די וואך פונעם לעגענדארע בעלזער עסקן ר' ישראל אייכלער הי"ו.
המשפיע הרה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי שאיבת מים שלנו בטירחא רבה מיט א חיבה של מצוה ווי זיין שטייגער.
שמחה של מצווה: האדמו"ר מבאסטאן בארא פארק אין א טענצל נאכן מצות באקן לקראת חג הפסח הבעל"ט.
הגאון רבי דניאל חיים אלתר ראש ישיבה קטנה פני מנחם, באזוכט ביי האדמו"ר מדושינסקיא מיט די נייע הגדה של פסח 'ניצוץ אחד' וואס ער האט מוציא געוועהן לאור עולם לכבוד יום טוב פסח.

דער נייע פראכטפולע ביהמ"ד פון הטפסר המרומם ר' יואל לאנדא הי"ו אין וויליאמסבורג גרייט צום באנייאונג דעם יום טוב פסח בעז"ה.

אין די פארנומענע ערב פסח טעג האט 'קרישקעס' באמערקט הגה"צ רבי משה ברזובסקי ראש ישיבת סלונים בן האדמו"ר מסלונים ביים ציון הרשב"י אין מירון, זייענדיג שופך שיח אין די ימים המסוגלים.

שלוחא דרבנן הרב יצחק גאלדקאנפף און זיין געהילף העסקן ר' מאטי בבציק, בקודש פנימה ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, וואו דער ראש הישיבה האט זיי געצייגט א היסטארישע קול קורא וואס איז ערשינען אין פולין, און איז געדרוקט אין ספר 'חמדת שלמה' - אונטערגעשריבן דורך אלע גדולי הדור פון פארן קריג, חסידישע און ליטווישע צוגלייך, אין א מערכה קעגן די גזירות על הדת בימים ההם.

האדמו''ר משומרי אמונים אין א שמועס מיט הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האדמו''ר ממחנובקא בעלזא ביים מצות באקן אין קרית צאנז נתני'

הרה"ח ר' משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סאטמאר פארברענגט מיט הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג ביי א מסיבה די וואך.

די צוויי שריפטשטעלער ר' אריה ערליך און ר' ישראל אלתר גרובייס הי"ו אין א שמועס די וואך מיטן ראש הישיבה הגאון רבי משה הילל הירש, בעניני השעה.

האדמו"ר מסערט וויזניץ ביים פארטיילן וויין פאר די ד' כוסות פאר די בחורים מצוינים מתלמידי הישיבה וועלכער זענען אנגעשלאסן אין מפעל "מחודדים בפיך".

שלוחא דרבנן הרב יצחק גאלדקאנפף באזוכט ביי האדמו"ר מאלכסנדר זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק.

גאב"ד מאקאווא אין א שמועס מיטן רפואה-עסקן הרב אלימלך פירער הי"ו ביים מצות באקן אין די נאסטאלגישע קוממיות מצה בעקעריי.
הרה"ג ר' שלום לאנדא ראש ישיבת עמודי דגירסא באזוכט ביי האדמו"ר מקראלי מיט זיין נייעם ספר וואס ער האט מוציא געוועהן לאור עולם לכבוד די חתונה פון א קינד.

הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא ביים אריינשרייבן א הקדשה אין א הגדה של פסח וואס ער האט געשאנקן א מתנה פארן שלוחה דרבנן הרב ישראל אייכלער הי"ו לכבוד זיין יום הולדת.

הלכות חג בחג: הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א ביי א שיעור כללי אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 איבער די הלכות נחוצות פון ערב פסח שחל בשבת.

האד' מסאדיגורא באזוכט ביי הגאון הגדול רבי ברוך דוב פוברסקי ראש ישיבת פונוביז לברך ולהתברך לכבוד החג.

בנש"ק הרב משולם זילבערמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית פשעווארסק טרעט אויף מיט זכרונות ביים סעודת הילולא פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע אין וויזניצער ביהמ"ד אין אנטווערפען.

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אבד"ק סיגוט אין א שמועס מיט הנגיד החסיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי ק"ק סאטמאר אין וויליאמסבורג.

שנים אוחזים: האחים האדמור"ים מווערדאן פון ירושלים און בארא פארק ביים השתטחות אויפן ציון פון זייער פאטער האדמו"ר מווערדאן זצ"ל ביומא דהילולא.

די רענטעסטיק פארטי רענטל ביים אויפשטעלן אן ערב פסח טענט פארנט פון סאטמארער פלייש געשעפט אויף ניו יוטרעקט און 51 אין בארא פארק.

א ברכת מזל טוב פאר הנגיד החסיד ר' יעקב שלמה ווייס הי"ו מעסקני חצר הקודש קהל חסידי ירושלים, לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן הערשל ני"ו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.
א ברכת מזל טוב פאר העסקן הנמרץ הר"ר בעריש פרייליך הי"ו פון בארא פארק, לרגל די שמחת השידוך שליסן פון נכדו החתן שמואל צבי פריעדמאן ני"ו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.







תגובות