אשירה לדר ודר: חסידי סאטמאר וואונטשן זיך מזל טוב לרגל געבורט פון ערשטע דור חמישי ביי האד' מסאטמאר
מוצאי שבת פרשת וישלח • י"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

חסידי סאטמאר בכל מקום שהם וואונטשן זיך מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווען דעם שבת איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי, אן אור אור אייניקל א מיידל ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בעל לב אהרן, א שמחה וואס רופט אויס אינערליכע רגשי הלב ביי סאטמארע חסידים אומעטום, איש דורות ראו עיניו ווען דער רבי שליט"א איז זוכה צו זען וואו דער גאלדענע קייט ציעט זיך מיט נאך א דור ווייטער לשם ולתפארת.
די ניי געבוירi קינד, איז די ערשטע אור אייניקל פון דעם רבינס בכור הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, איידעם ביי הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, אייניקל פון זיין זון הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אבד"ק ראצפערט, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א, חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, בת הנולדה ביי זיין איידעם הרב יעקב יצחק ראטטענבערג שליט"א זון פון הגה"צ ר' חיים צבי ראטטענבערג שליט"א אבד"ק פינטשוב, איידעם ביי הגה"צ ר' וואלף אנטפאנג שליט"א.
די שמחה קומט צעהן חדשים נאך די גרויסער חתונה וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם חודש שבט תשפ"ו אין שטאט וויליאמסבורג, זייענדיג שוין די צווייטע חתונה פון א אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א.
ווי נאר די נייעס איז אריינגעקומען היינט פאר'ן בענטשן ביי שלש סעודות אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, האבן די חסידים ספאנטאן אויסגעבראכן מיט פייערליכע ניגונים פון "ברוך אלקינו שבראנו לכבודו להללו ולשבחו" און "סימן טוב ומזל טוב", ווען דער ציבור האט זיך מיטגעפרייט בשמחתו הגדולה פונעם רבי'ן, אלס עלטער-עלטער זיידע בלי עין הרע, מיט א תפילה ובקשה אז דער רבי שליט"א זאל זעהן אסאך תענוג ונחת מכל יוצאי חלציו, עוד יניב בשיבה דשנים ורעננים.







תגובות