top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לבקש רחמים: האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

אידן אין ארץ ישראל פאלגן נאך מיט זארג דער מצב הבריאות פון האדמו"ר רבי ברוך אבוחצירא שליט"א פון נתיבות, וועלכער געפינט זיך אין א שווערער געזונט צושטאנד אין שפיטאל.


דער מקובל וועלכער איז דער בן זקונים פון המקובל האלוקי דער באבא סאלי זצוק"ל איז פאריגע וואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכ'ן ליידן פון א שווערע לונגען-אינפעקציע, און היינט מוצאי שבת האט זיך זיין מצב דראסטיש פארערגערט, און די דאקטוירים אין די סורוקה שפיטאל אין באר שבע ארבעטן צו סטאביליזירן דער מצב.


מערערע עצרות תפילה קומען פאר אין די בתי מדרשים און היכלי התורה, און אויך ביים ציון הק' פון אביו דער באבא סאלי זי"ע אין נתיבות, זענען אידישע קינדער נאכאנאנד מתפלל ומעתיר לרפואתו.


דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פון האדמו"ר רבי ברוך בן מרים, בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page