top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר באוויינט פריצייטיגע פטירה פון לעגענדארע עסקן ואיש החסד הרה"ח ר' שלום אהרן דייטש ז"ל

לפני 11 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט צער און טרויער ווערט אויפגענומען די בשורה איבער דער פטירה פונעם לעגענדארע סאטמארער עסקן הרה"ח ר' שלום אהרן דייטש ז"ל פון וויליאמסבורג, וועלכער איז היינט אויפדערנאכט נפטר געווארן אין עלטער פון בלויז 60 יאר, נאכ'ן זיך ראנגלען מיט די ביטערע מחלה ל"ע.


דער נפטר איז געווען באקאנט אלס אן איש החסד, מיט א גאלדענע הארץ און א שטענדיגע גרייטקייט צו העלפן יעדן איד באשר הוא שם, און במשך די יארן האט ער ארויסגעהאלפן טויזנטער אידן מיט זיין עסקנות און מעשי חסד ביודעים ובלא יודעים.


ר' שלום אהרן ז"ל איז געווען א לאנג-יעריגער עסקן אין שטאט וויליאמסבורג, און פון די אנגעזעהנער כלל טוהער אין די סאטמארער קהילה בפרט. ער האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיינע נאנטע קשרים מיט רעגירונגס-באאמטע און פאליטישע פיגורן, און אין דער זעלבער צייט מיט זיין פשוט'ע און ווארעמע צוגאנג צו יעדן איד, שטענדיג מיט א שמייכל און מיט א גרייטקייט צו העלפן.


ער האט זיך אריינגעלייגט אין די שווערסטע קעיסעס און געהאלפן צענדליגע אידן מיט לעגאלע פראבלעמען, שלום בית, פרנסה, מענטאל העלט א.ד.ג. פון הינטער די קוליסן איז ער געווען פון די עומדים בראש אין די מערכה איבער די גזירת החינוך, און נאך די טראגישע פטירה פון זיין זון הב' משה הערש ע"ה וואס איז טראגיש אמגעקומען אין די דזשערזי סיטי טעראר אטאקע, האט ער איבערגעדרייעט א וועלט צו גרינדן שידוכים ארגענאזאציעס ארויסצוהעלפן עלטערע בחורים.


ועל כולם איז ער געווען מקושר בלב ונפש צו רבו להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און האט אויסגעפירט מערערע שליחות'ער וואס דער רבי האט אים באאויפטראגט אין די פעלד פון עסקנות.


אין די לעצטע תקופה איז ער ליידער דיאגנאזירט געווארן מיט א שווערע מחלה, און חסידי סאטמאר בכל מקום שהם האבן מרבה געווען בתפילה לרפואתו, ביז צו זיין פטירה היינט אויפדערנאכט וואס האט שאקירט סאטמארער חסידים און תושבי וויליאמסבורג בכלל.


די לוויה וועט פארקומען מארגן פרייטאג 9:00 אזייגער אינדערפרי פון גרויסן סאטמארער בית המדרש אויף ראדני סט. אין וויליאמסבורג אויפן וועג צום בית החיים דקהל יטב לב אין קרית יואל וואו ער וועט קומען למנוחה נכונה.

תגובות


bottom of page