top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי באבוב 45 מיטגעלעבט שמחה'דיגע מאמענטן ביים שמחת נישואין פון נכד האד' מבאבוב 45

לפני שעה (1)
זמן קריאה 3 דקות

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

בשמחה ובצהלה האבן אלפי חסידי באבוב 45 מיטגעלעבט די שמחה הרוממה, שמחת נישואין פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר בשמחה ובצהלה.


בשטומ"צ איז געגאנגען אונטער די חופה החתן המופלג בנש"ק הרב נפתלי צבי הורוויץ שליט"א, נושא שמו פונעם סבא קדישא כ"ק הרה"ק מבאבוב זצוק"ל, א זון פון חדב"ן הרה"ג רבי מנחם נחום הורוויץ שליט"א, בן הגה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א, בן הרה"צ הישיש רבי יעקב שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר רבי ברוך ממעליץ-ליזענסק זצ"ל.


מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ רבי פנחס שלום אייכנשטיין שליט"א אדמו"ר מזידטשוב-חאדאראוו פון שיקאגא, בן כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב-שיקאגא זצ"ל וחחתן הגה"צ רבי אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן.


די חתונה איז אפגעראכטן געווארן פארלאפענע וואך דינסטאג נאכט. גלייך נאך תפלת מנחה ומעריב, האט מען ארויסבאגלייט דעם חתן מבית נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אויפ'ן וועג צום היכל ביהמ"ד הגדול, ווען אויפ'ן גאנצן וועג האט מען געזינגען ניגוני שמחה.


אין היכל הביהמ"ד איז אפגעראכטן געווארן דער מסיבת קבלת פנים, ביי וועלכן מ'האט געזינגען ניגוני התעוררות ודביקות, און נאך וואס די בחורי חמד תלמידי הישיבות זענען דורך וואונטשן מזל טוב, האט מען געהערט ווארעמע חרוזים לעורר הלבבות.


נאך וואס די שושבינין זענען געווען ביים "באדעקן" אין די זאלן פון לעגעסי, האט מען אנגעטון פארן חתן דעם קיטל, און דעם הייליגן "קאפל" מירושת הצדיק פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע. דערנאך איז אפגעראכטן געווארן דער התעוררות'דיגער מעמד החופה, ביי וועלכן מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות מיט גרויס התרגשות.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אבדק"ק באבוב 45 שליט"א. די "עדי קידושין" זענען געווען הרה"ג רבי יוסף רייכנבאך שליט"א ראה"כ זכרון אליהו-שיקאגא און הרה"ג רבי שלום רייכבערג שליט"א מנה"ר ישיבת באבוב 45.


מיט "קריאת הכתובה" איז מכובד געווארן הגה"צ רבי מאיר יצחק הורוויץ שליט"א אבד"ק לינסק. די "עדי כתובה" זענען געווען הר"ר צבי ביינער שליט"א מנכ"ל מרכז תורה וחסד-שיקאגא און הרה"ג רבי ברוך בענדיט גוטער שליט"א ר"מ בישיבת באבוב 45.


מיט די "ברכות ראשונות" איז מכובד געווארן דער עלטער-זיידע הרה"צ רבי יעקב הורוויץ שליט"א ממעליץ, מיט די אנדערע ברכות: דער זיידע הרה"צ רבי ברוך הורוויץ שליט"א, די פעטערס, הגה"צ רבי יחזקאל הורוויץ שליט"א אבדק"ק שטרסבורג, הרה"ג רבי משה חיים שטערנבוך שליט"א דומ"ץ בק"ק אנטווערפן, אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א, און דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט געזאגט די "ברכה אחריתא" מיט גרויס התרגשות.


נאך'ן וואונטשן פאר חתן וכלה, האט דער רבי שליט"א מאציל געווען מברכותיו פאר'ן גאנצן ציבור, און מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין א געהויבענעם מחול לצדיקים, וואס האט זיך פארצויגן א היבשע וויילע.


גלייך נאך תפלת מעריב און קידוש לבנה, איז אפגעראכטן געווארן די סעודת החתונה אין היכל ביהמ"ד הגדול, און אינצווישן האבן די נכבדי העדה אורחים פון שיקאגא זיך פארזאמעלט אין א חדר מיוחד, וואו מ'האט איינגעלאדענט דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, צו פראווען דעם געהויבענעם שבת של שמחה, שבת שבע ברכות אין די שטאט שיקאגא.


מה נהדר הי' המראה ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען צום סעודת נישואין, ווערנדיג אנטפאנגען לקול תרועת הזמר פונעם גאנצן ציבור, וואס האט זיך פונדאסניי איבערגע'חזר'ט בעת ווען דער חתן איז ערשינען אין היכל הביהמ"ד, ביים זיך ארויסלאזן אין א ריקוד נלהב מיט'ן רבי'ן שליט"א, דערנאך מיט די מחותנים און זיידעס שליט"א.


במשך די חתונה האט זיך נישט אפגעשטעלט דער שטרום פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א, וואס זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה, און יעדע וויילע איז געווען א פרישער איבערלעבעניש ביי די ריקודין פונעם רבי'ן שליט"א מיט די רבנים ואדמורי"ם שליט"א. ספעציעל האט דער רבי אויפגענומען מיט גרויס כבוד כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס איז א קרוב מצד הכלה.


מיט "ברכת המזון" איז מכובד געווארן דער פעטער הגה"צ אבד"ק זידיטשוב-מארין פארק שליט"א, מיט די "שבע ברכות": הרה"ג רבי שלמה פרענקל שליט"א אבדק"ק וויעליפאלי-לעיקוואוד ומנה"ר בישיבת באבוב 45, הרה"צ רבי וועלוול אנפאנג שליט"א, אדמו"ר מזידיטשוב-באלטימאר שליט"א, הרה"ג רבי אלימלך גאליצקי שליט"א, הרה"ג רבי יוסף פייג שליט"א, און מיט "ברכה אחריתא" כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א.


כנהוג האבן די בחורי חמד אראפגעלייגט א הערליכן "קאזאקאן מארש" און דער בדחנא דמלכא הר"ר צבי ארי' ריינהאלד שליט"א האט טאלאנטפול אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א צום מצוות ריקודין. דער רבי שליט"א האט געטרונקען לחיים, און געוואונטשן מברכותיו פאר'ן חתן און מחותנים שליט"א, און דאן משמיע געווען דברות קודש מעניני השמחה.


דאן האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם עבודת הקודש מיט די פייערדיגע ריקודין לפני הכלה, מיט'ן חתן און מחותנים שליט"א. עקסטער האט דער רבי שליט"א זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט גיסו הגה"צ אבדק"ק באבוב 45 שליט"א, דערנאך מיט אחיו וגיסיו הרבנים ואדמורי"ם שליט"א, און ממשיך געווען מיט די בני משפחת המלוכה.


די ווייטערדיגע מצוה-טענץ זענען אויפגערופן געווארן דורך דעם בריך הכשרון ובדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו, און אין א שפעטע שעה זענען די חסידים זיך צוגעגאנגען מיט פריידיגע געפילן, נאך'ן ווידעראמאל מיטלעבן אזא געהויבענע שמחה בחצר הקודש.



תגובות


bottom of page