top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כחסידי קמאי • נפטר געווארן הרה"ח ר' חיים אלעזר בראנדסדארפער ז"ל מזקני חסידי תוא"י אין מאנסי

מאנטאג וירא • י' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

ברוך דיין האמת: אין מאנסי איז היינט נפטר געווארן הרה"ח המפואר ר' חיים אלעזר בראנסדארפער זצ"ל מזקני וחשובי חסידי תולדות אברהם יצחק וועלכער האט אויסגעהויכט זיין נשמה אין עלטער פון 86 יאהר.


דער חשובע נפטר איז געבוירן אין אנטווערפען צו זיין פאטער הרה"צ ר' שלמה בראנסדארפער זצ"ל -פאטער פון הגאון המפורסם רבי מאיר בראנסדארפער זצ"ל בעל 'קנה בשם', און צו זיין מאמע מרת פרומט ע"ה, טאכטער פון הגה"ק רבי ישכר שלמה טייכטאהל הי"ד בעמח"ס שו"ת 'משנה שכיר'. ר' חיים אלעזר איז נפטר געווארן אין טאג פון זיין מאמע'ס יארצייט י' חשון.


אין זיינע יונגע יארן האט ער זיך געווייקט ביי הרה"ק רבי אהרלע ראטה זצוק"ל בעל שומר אמונים, ספעציעל האט ער אנגעהאלטן א קשר אמיץ וחזק צו מורו ורבו הרה"ק מתולדות אהרן זצוק"ל און יבלחט"א בנו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א צו וועם ער פלעגט בקביעות קומען צו פארן להסתופף בצל הקודש, ער איז געווען פון די געהויבענע אידן וואס האט אלע יארן באשיינט מיט זיין אנוועזנהייט די מאורעות בחצר הקודש, און די חסידים האבן אים געשעצט וויסנדיג אז ער איז אן איש מורם מעם. ר' חיים אלעזר ע"ה איז געוועהן אן איידעם ביי הרה"ח ר' יהושע פריעדמאן ז"ל משב"ק אדמור"י בית סקווירא און האט יאהרן לאנג געוואוינט אין סקווירא שטעטל וואו ער איז געוועהן פון די חשובע תושבים. 


דער נפטר איז געווען גאר א געהויבענער איד כחסידי קמאי, און האט אראפגעלייגט א דאווענען מיט אן אויסטערלישע דביקות און השתפכות הנפש כדרך רבותיו, ער איז געווען א שריד לדור דעה און מעתיק השמועה פון די פריערדיגע דורות, זייענדיג א דולה ומשקה פאר יונגע חסידים וואס פלעגן זיך דערקוויקן פון זיין לעכטיגע זכרונות. ער האט אויפגעשטעלט גאר א חשובע שטוב פון דורות ישרים ומבורכים וועלכע גייען אין זיינע וועגן.


די לוי' גייט ארויס היינט אינדערפרי פון ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, דערנאך פון זיין שטוב אין מאנסי דורך ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק אין שטאט און נאכמיטאג אין בארא פארק פארנט פון ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק, פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין ארץ ישראל ווי ער וועט קומען לקבורה אויפן הר הזיתים בחלקת אדמור"י בית שומרי אמונים און תולדות אהרן.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.


Comments


bottom of page