top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אריבער 1500 תלמידי הישיבה מיטגעהאלטן ערשטע שיעור כללי פון הגר"ד לוי ראש ישיבת פונוביז'

מיטוואך פ' חקת בלק - ט' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרדיט שוקי לרר בחדרי חרדים


א היסטארישער מאורע איז נעכטן געוועהן אין דער פונוביז'ער ישיבה ווען די אריבער 1500 תלמידי הישיבה בליע''ה האבן מיטגעהאלטן דעם ערשטן שיעור פון הגאון רבי דוד לוי שליט"א וואס איז געשטעלט געווארן אלס ראש ישיבה אויפן ארט פון זיין שווער מרן הגרי"ג אדלשטיין זצ"ל.


דער ראש ישיבה האט ברוב ענוותנותו אנגעהויבן דעם שיעור זיך פארענטפערנדיג אז באמת זענען דא פיל מער פאסיגע פון אים פאר דער שטעלע, אבער ער איז 'אנוס על פי הדבור'. דערנאך האט ער קלארגעשטעלט אז דאס גאנצע תורה וואס ער זאגט דא קומט פון בין כותלי הישיבה, פון צווישן די ווענט פון דעם מקום קדוש וואס ער האט אלס קונה געוועהן סיי פון זיין גרויסן רבי הגאון הגדול רבי שמואל רוזובסקי זצ''ל און פון זיין גרויסן שווער, און דערמיט האט ער אנגעהויבן דעם לומדישער שיעור אין די סוגיא פון 'גזלן באונס'.











Comments


bottom of page